top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן תושבי בני ברק מיטגעהאלטן שיינע רבישע חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק

  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין עיר התורה והחסידות בני ברק איז פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן די הערליכע רבישע חתונה, פונעם חתן א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יוסף הירשמאן שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, די שמחה איז פארגעקומען אינעם גרויסן אודיטוריום רמת אלחנן אין בני ברק.


ביים מעמד קבלת פנים האבן באשיינט בראש המסובים די געהויבענע עלטער זיידע האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און די פעטערס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א און כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, ביים מעמד החופה האט דער רבי שליט"א דער גרויסער עלטער זיידע מסדר געווען חופה וקידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק שליט"א, ברכות ראשונות דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.


אינצווישן די חופה מיט די סעודת החתונה איז האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אריבער צום אכסניא אויף תפילת מעריב און דערנאך אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים חתונה בחצר הקודש וויזניץ ווי ער איז אויפגענימען געווארן מיט גרויס התרגשות און הערצה דורך אלפי חסידי וויזניץ אין שפיץ פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן רבי'ן שליט"א.


דאן איז דער רבי שליט"א צוריק ערשינען צום סעודת החתונה, וואו דער רבי האט באשיינט די שמחה א משך זמן אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. נאכן בענטשן האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע מחול לצדיקים מיטן פעטער דער צאנזער רבי שליט"א.


נאך ווען דער רבי האט פארלאזט דעם זאל איז דער צאנזער רבי געטאנצן מצווה טאנץ און דערנאך די אנדערע זיידעס און מחותנים, במשך די שמחה האבן זיך אויך משתתף געווען האדמורי"ם משבט הלוי, זוטשקא, זידיטשוב בני ברק, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, און הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא.




תגובות


bottom of page