top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהוראת המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א: נאמען "חזקיהו" צוגעגעבן פאר המקובל רבי דב קוק שליט"א לרפו"ש

  • לפני 18 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון המקובל, הגאון רבי דב הכהן קוק שליט"א, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין א נאמען פאר'ן רב שליט"א אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף.


דער באשלוס איז געקומען נאך אן אסיפה דורך די קינדער און נאנטע תלמידים, וועלכע האבן זיך דורכגעשמועסט איבער די סגולה צו טוישן אדער צוגעבן א נאמען, ווי חז"ל זאכן אין מסכת ראש השנה אז "שינוי השם" איז איינע פון די זאכן וואס צורייסן דעם גזר דין פון א מענטש.


די מקורבים האבן אויפגעברענגט אינטערעסאנטע דיבורים וואס מען האט געהערט פונעם רב אליין איבער זיין נאמען אין די לעצטע יארן: מיט פיר יאר צוריק ווען מען האט גערעדט איבער אידישע נעמען, האט דער מקובל געזאגט "אז מען רופט מיך שוין 'דוב', איז בעסער מען זאל מיך רופן ברוך דב. אזוי אויך אין די לעצטע תקופה האט זיך דער רב עטליכע מאל אויסגעדריקט אז ער וויל גערופן ווערן מיט'ן נאמען "חזקיהו". 


די משפחה און תלמידים האבן באשלאסן פארצולייגן די שאלה פארן בארימטן צדיק דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, וועלכער איז א נאענטער ידיד מיטן מקובל רבי דוב קוק שוין צענדליגער יארן. דער רב שליט"א האט אליין עטליכע מאל זיך אויסגעדרוקט אויף רבי דן סגל אז ער איז זיין איינציגער חבר וואס איז אים געבליבן, און האט אים אנגערופן דער משגיח פונעם דור.


דעם מיטוואך אויפדערנאכט זענען די מקורבים אריבערגעפארן צום משגיח רבי דן שליט"א. זיי האבן אים איבערגעגעבן דעם געזונט צושטאנד פונעם רב, אז דער רב איז שוין ב''ה ארויס פונעם מצב סכנה, אבער ער ליידט נאך אלץ פון א גאר שווערע שוואכקייט.


נאך א קורצע צייט האט דער משגיח געפסק'נט אז פון היינט און ווייטער זאל מען אים רופן מיט'ן נאמען חזקיהו דב הכהן בן שושנה. דער משגיח האט גלייך געוואונטשן דעם מקובל מיט'ן נייעם נאמען, אז זאל מען זאל בקרוב זוכה זיין אים צו זען געזונט און שטארק בבריות השלימות.


נעכטן דאנערשטאג אויפדערנאכט, האט די רעבעצין קוק תליט"א אשת חבר פונעם רב – טעלעפאנירט צו איר גרויסן פאטער, הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א רב שכונת רמת אלחנן וועלכע האט אויך צוגעשטימט צו די פסק פונעם משגיח רבי דן סגל.


די מקורבים ערקלערן אז דער רב שליט"א פלעג שטענדיג ארומקאכן אינעם קאפיטל ל"ח אין ספר ישעיהו, וואו עס ווערט אראפגעברענגט די רפואה פון חזקיהו המלך. דער רב פלעגט אלעמאל הייסן פאר אידן וואס זענען געקומען בעטן א ברכה אויף עניני רפואה, צו זאגן די פסוקים פון "מכתב לחזקיהו בחלותו". ולכן איז דאס צוגעבן דעם נאמען "חזקיהו", אין די בחינה וואס חז"ל זאגן: "יפה תפילת החולה על עצמו" און דורך דעם וואס דער רב האט אליין מרמז געווען דעם נאמען, וועט דאס ברענגען די געוואונטעשנע ישועה שלימה בקרוב.

bottom of page