top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררת שמחה: חסידי באבוב 45 מיטגעהאלטן פרישע שמחת נישואין אין רבינס הויף

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש

שמחה גוררת שמחה האבן מאסן חסידי באבוב 45 ווידער אמאל מיטגעלעבט א געהויבענע חתונה אינעם רבינ'ס הויף וואס איז פארגעקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק. די כלה איז א טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א, ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א, אבד"ק אהל יעקב ודומ"ץ בק"ק מחזיקי הדת אנטווערפן. מיטן חתן א זון פון הגה"צ רבי משה מאסקאוויטש שליט"א, ראש ישיבת אור תורה, זון פון הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק נחלת ישראל סאדאוונא זצ"לביום החופה ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען פארנט פון ביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט'ן חתן און די מחותנים, ווערנדיג באגלייט דורך די הונדערטער תלמידי הישיבות בשירה וזמרה צום היכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען די מעמד הקבלת פנים בהתעוררות רב. 


 נאכן באדעקן אין די לעגעסי זאל האט דער רבי שליט"א אנגעטוהן פארן חתן די מלבושים, צווישן זיי דעם הייליגן ירושה-קאפל פון הרה"ק משינאווא זי"ע.


די חופה איז פארגעקומען תחת כיפת השמים פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול, וואו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט מסדר געווען חופה קידושין. אלס עדי קידושין האבן געדינט הרה"ג רבי אלימלך שאהן שליט"א און הרה"ג רבי ישראל בער מאנדל שליט"א, ר"מ במתיבתא באבוב 45. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א, און מיט די ברכות דער זיידע הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ. דער רבי שליט"א האט געזאגט די ברכה אחריתא, בשעת ער באנוצט זיך מיט'ן הייליגן בעכער פונעם זיידן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע. נאכן חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער ריקוד ברחובה של עיר.


ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען צום סעודת החתונה, איז דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט על מקומו און דאן א געהויבענעם ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים, בשעת די ציבור חסידים הייבן זיך אין געהויבענע טענץ לכבוד די שמחה, און נאך מעריב האט מען ווייטער ממשיך געווען די ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה, וואו צווישן די ריקודין האט דער רבי אויפגענומען חשובע אדמורי"ם ורבנים און ארויס אין א מחול לצדיקים.


צווישן די אדמורי"ם ורבנים האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מבית חיים יהושע, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, קאסוב, אלכסנדר, גאלאנטא און נאך.


מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א, רב דביהמ"ד קדושת יום טוב סאטמאר. און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די רבים חשובים וקרובי המשפחה. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין שליט"א פון סידערהוירסט, נאכן בענטשן איז פארגעקומען די קאזאקן טענץ כנהוג.


דער הויכפונקט פון די נאכט איז געווען די עבודת הקודש ביים מצווה טאנץ. דער בדחן הרה"ג רבי צבי אריה ריינהאלד שליט"א האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש און געטאנצן לפני כלה מיט גרויס דביקות בשעת דער ציבור האלפים הויבט זיך טפחיים על גבי קרקע. נאכן טאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים, איז דער רבי געטאנצן א באזונדערן ריקוד מיט זיין שוואגער הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א און מיט זיינע ברידער און שוואגערס לבית דאמבראווא.


דערנאך האט דער בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויפגערופן די זיידעס און מחותנים צו די ריקודים. די שמחה עילאה האט זיך געשלאסן ארום פערטל נאך צוויי מיט'ן געהויבענעם ריקוד "אין כאלוקינו" כמנהג צאנז.




bottom of page