top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן שמחת החתונה בחצרות מודזיץ – אפאלע – שאץ – בישטינא – מעליץ

  • לפני 31 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן דעם אנהייב וואך מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע שמחה בבית צדיקים, אין די הויפן מודזיץ – אפאלע – שאץ – בישטינא – מעליץ, וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אודיטוריום אין רמת אלחנן, בני ברק.

 

עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אברהם נחמי' מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה, חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א.


ביים מעמד החופה איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הרה"צ רבי דוד מילקובסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, און מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידעס האדמורי"ם ממעליץ און בישטינא. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, תיכף נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן מחול לצדיקים, בעת דער גאנצער ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א.


דורכאויס די שמחה האבן באשיינט בראש המסובים פילע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א – מיט וועמען דער מודזיצער רבי איז ארויס אין א באזונדערן ריקוד – די פעטער כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר קליוולאנד שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון אויסלאנד צו די שמחות אין די משפחה, האדמורי"ם מזוטשקא, סטראפקוב, בוטושאן, הגה"צ רבי משה קאהן אבד"ק תולדות אהרן טבריה, און נאך.


אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, פיטסבורג, סטריקוב ירושלים און לעלוב הר יונה, הרה"צ ר' יצחק דוד אלתר שליט"א און הגה"צ רבי יוסף קדיש בראנדסדארפער אבד"ק קנה בושם טבריה.


 מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ, און מיט ברכה אחריתא ביים שבע ברכות איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


דער הויכפונקט פון די נאכט איז געווען די געהויבענע מעמד המצוה טאנץ, אנגעהויבן דורך די ברידער האדמורי"ם ממעליץ און שאץ די זיידעס מצד הכלה וועלכע זענען געטאנצן אינאיינעם מצווה טאנץ באותות אהבה.


דערנאך האט דער בארימטער בדחן ר' משה וויינטרויב הי"ו אויפגערופן דעם זיידן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א מיט הארציגע חרוזים, דערמאנענדיג דעם בעפארשטיינדע יארצייט פונעם פאטער דער נחלת דן פון מודזיץ און די נאנטקייט פונעם חתן צום זיידן ער רבי שליט"א. נאכן וואונטשן לחיים פארן ציבור, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין די ריקודין קדישין מיט גרויס התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם.


דאן האט מען צוגעטרועטן צו די ריקודין קדישין פונעם געהויבענעם זיידן דער בישטינער רבי שליט"א וואס האט אפגעראכטן די עבודה בשלהבת אש כדרכו בקודש, און דערנאך האט מען אויסגערופן די מחותנים ובראשם דער געהויבענער אבי החתן די אפאלע רבי שליט"א, די שמחה האט זיך געשלאסן מיט די מצווה טאנץ פון חתן וכלה מיט גרויס שמחה און התרוממות.



bottom of page