שישו ושמחו: חוצות בארא פארק איינגעהילט אין שמחת התורה ביי הכנסת ספר תורה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לעטשווסקי,אברמי בלום,שאט דע דאט
אין א יום טוב'דיגע שטימונג האט די שטאט בארא פארק מיטגעלעבט עקסטאזליכע שעה'ן פון שמחת התורה ביי די פייערליכע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן דורכ'ן בארימטן שר הצדקות ובונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וועלכער האט אריינגעפירט א נייע ספר תורה להיכל האדיר "בנין ליפא פריעדמאן", די מאיעסטעטישע מבצר האדיר לחינוך הבנים אין די אימפעריע פון מוסדות סאטמאר בארא פארק.
אין א בחינה פון 'שמחה בשמחה', האט ר' ליפא באשטימט יום שמחת לבו פון הכנסת ספר תורה אין די שבעת ימי המשתה פון שמחת נישואי בתו למזל טוב, אריינננעמענדיג בשמחתו די לגיון של מלך פון די טויזנטער ילדי חמד תלמידי המוסדות וועלכע האבן מיטגעלעבט די גאנצע שמחה ברוב גיל וחדוה.
די חגיגה נהדרה איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם מיטוואך בהעלותך, ווען מ'האט זוכה געווען מקבל פנים צו זיין דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט מפאר געווען על ראש השמחה מרישא ועד גמירא, ארויסצייגנדיג רגשי אותות הערצה והערכה צום נדבן הדגול דער בעל שמחה ר' ליפא, און זיין געהויבענער פאטער, דער משב"ק הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו, דער איש אמונו ויד ימינם פון אדמור"י בית סאטמאר.
די חגיגה איז אריין אין שוואונג מיט'ן מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" אין שטוב פון ר' ליפא, וואו עס האבן זיך באטייליגט די מנהלי הקהלה והמוסדות וועלכע זענען נתכבד געווארן אריינצושרייבן אן אות אין די נייע ספר תורה.
צום הויכפונקט האט מען מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, און ווי אויך זענען נתכבד געווארן הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
די ספר תורה איז ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, וואו עס איז געווארן קעניגליך באגלייט דורך מאן מלכי רבנן, די הונדערטער תלמידי הישיבה קטנה דסאטמאר וחכמי ורבבני הכולל, וואס האט אהערגעשטעלט א פרעכטיג מלכות'דיג בילד פון הרמת קרנה של תורה.
ומה נהדר היה המראה, ווען עס האבן זיך באוויזן אויף די בארא פארקער גאסן די אויגפארכאפנדע לגיון של מלך פון טויזנטער תשב"ר תלמידי המוסדות, וועלכע זענען אונטער א מוסטערהאפטיגע ארדענונג אויסגעשטעלט געווארן אויף די לאנגשטרעקיגע פארענטשעס לענגאויס די תהלוכה.
אנקומענדיג צום בנין הת"ת, בנין ליפא פריעדמאן, איז די ס"ת אריינגעפירט געווארן דורכ'ן בעל שמחה ר' ליפא, ווען דער ביהמ"ד איז איבערגעפילט מיט די טויזנטער צאן קדשים און הונדערטער משתתפים שמחים בשמחת התורה.
אינעם קלימאקס האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע ריקודין דורכ'ן רבי'ן שליט"א, וינועו אמות הסיפים, ספעציעל האט דעם ציבור ארומגעכאפט א התרגשות ווען דער רבי האט אנגעכאפט דעם נדבן ר' ליפא אינאיינעם מיט אביו ר' משה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ וספר תורה בידו, לשמוח בשמחת התורה.
נאכ'ן אריינלייגן די ס"ת אין היכל, איז אויפ'ן פלאץ אפגעראכטן געווארן א "מסיבת לחיים", די קינדער האבן הארציג פארגעזינגען והאר עינינו, און דאן האט מען געהערט די רירנדע ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, מיט זעלטענע דברי תהלה והוד פון הכרת הטוב פאר'ן נדיב ר' ליפא, פאר זיינע אסטראנאמישע סומעס, און באזונדער בשבחו פון אביו ר' משה, פאר זיין אויסטערלישע מסירת נפש פאר מר אביו הרה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דאן איז דער ציבור אריבער צום שטח הכביר פונעם נייעם בנין "משה פריעדמאן" וואס וועט אויפגעבויט ווערן לשם ולתפארת, וואס אויף דעם שטח איז אפגעראכטן געווארן די מלכות'דיגע סעודה לכבודה של תורה, ומעמד הכרת הטוב, פאררופן דורך הנהלת מוסודת סאטמאר, קאמבינירט מיט א סעודת שבע ברכות, לכבודו פונעם בעל שמחה ר' ליפא.
ביים אריינגאנג צום שטח החדש האט זיך אנטפלעקט אן אויגפארכאפנד אויסשטעל פון "גינת רבי ליפא", וואס האט פארגעשטעלט די פינף בנינים אדירים פון ממלכת סאטמאר בארא פארק, און אין קעמפ, בנדבתו פון ר' ליפא, אויף וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן א סך פון צענדליגער מיליאנען דאלארן.
דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך הרב ר' הירצקא שטערן מנהל רוחני במוסדות סאטמאר בארא פארק, באגלייט מיט א צויבערהאפטיגע חרוזים פרעזענטאציע. גאר ווארעמע דברי תהלה ותפארת איז דאן געהערט געווארן דורך הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ארויסהייבנדיג די מסירת נפש'דיגע עבודת הק' פונעם געטרייען משב"ק ר' משה און זיינע פעולות נשגבות לכל קדשי בית סאטמאר במשך די אלע יארן.
הארציגע דיבורים האט מען דאן געהערט פונעם משב"ק ר' משה, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו נאכ'ן מיטלעבן אזא געהויבענע שמחה, און די גרויסע שמחה ביים זען די הרחבת גבולי הקדושה פון אזויפיל לעכטיגע תשב"ר וואס ווערן נתחנך בדרך הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און מ'זעט בחוש ווי דעם רבי'נס הבטחה אז ער וועט מאכן "אייגענע עשירים" גייט ווייטער אן ביתר שאת, ספעציעל ווען מ'זעט ווי זיין חשוב'ער זון הנגיד ר' ליפא לאזט זיך קאסטן פאר'ן רבי'נס הייליגע מוסדות אזויפיל מיליאנען.
דאן האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד יו"ר וועד הפועל דמוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכער האט אויפגעברענגט זכרונות קדומים, ווען מ'געדענקט נאך אין די פריערדיגע יארן ווי דער נדיב ר' ליפא איז צוגעשטאנען ליד ימינו פון זיין פאטער מיט אזא געטריישאפט בראשית ממלכתו פונעם רבי'ן שליט"א, און אט דעם ברען און פלאקער גייט ווייטער אן ביתר שאת ועוז.
דאן האט מען געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט בתוך דבריו געבראכן די נייעס, די בשורה טובה איבער א פרישע אסטראנאמישע נדבה פון 5 מיליאן דאלאר וואס דער בעל שמחה ר' ליפא טוט ביישטייערן, אויפצובויען א פרעכטיגע חתונה-זאל פאר'ן ציבור חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק, צו קענען חתונה מאכן בדרך כבוד, פאר'ן ביליגסטן פרייז נאר שייך.
דער רבי שליט"א האט אנגעוויזן אז די נייע זאלן וועלן געבויט ווערן אויף די זעלבע רייכע סטאנדארטן און פרינציפן פון די בארימטע 'פרדס' חתונה-זאלן אין וויליאמסבורג, עפארדבל און באשיידן, און וועט העלפן שפארן מיליאנען דאלארן פאר היימישע מחותנים בעת שמחתם.
דאן האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פונעם נדיב ובעל שמחה ר' ליפא, וועלכער האט אויפגעברענגט גירסא דינקותא, ווי ער האט אלס קינד מיטגעלעבט די מסירת נפש ביי אביו הנעלה, ווי ער האט זיך אוועקגעגעבן לייב-און-לעבן ליד ימין קדשו פונעם רבי'ן דער ברך משה, און דאס האט ער ווייטער ממשיך געווען ביז'ן היינטיגן טאג ביים רבי'ן שליט"א, דעריבער איז אים די גרעסטע זכי' צו קענען ממשיך זיין בדרכיו און העלפן בויען סאטמאר.
באזונדער האט ר' ליפא אדרעסירט די פרישע נדבה אדירה פאר'ן נייעם חתונה-זאל, ארויסברענגענדיג אז יעצט ווען ער האט חתונה געמאכט דאס ערשטע קינד, איז אים אויסגעקומען מיטצוהאלטן פונדערנאנט וואס דאס מיינט חתונה מאכן א קינד, און הערן פון אסאך אידן וואס מוטשען זיך מיט די אומדערהייבליכע הוצאות, האט ער דעריבער גענומען אויף זיך די פרישע נדבה און גרויסער פראיעקט, אויפצובויען דעם נייעם חתונה זאל וואו מ'וועט קענען חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.
נאכ'ן בענטשן און אמירת שבע ברכות האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד שמחה מיט'ן חתן און מחותנים און אלע בעלי שמחה, און דערמיט האט זיך געשלאסן די גייסטרייכע חגיגה וואס איז דאס געשפרעך פון טאג ביים גאנצן ציבור חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק.



















































































































































תגובות