top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד החומש סעודה פאר אריבער 120 חתני המקרא בליעה"ר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק

  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנשטעווסקי

נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען א די יערליכע מעמד החומש סעודה פון די תלמידי המוסדות אין שטאט, ביים אנקומען האט דער רבי באגריסט די רבנים אויפן אויבן אן, ובראשם גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א. דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורך די מלמדים.


עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש אבד"ק ישמח משה א זיידע פון א חתן המקרא, און דאן האט די רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש לכבוד די חתני החומש ארויסברענגענדיג די גרויסע שמחה ביים אנהייבן לערנען חומש, וואס דאס איז א יום טוב סיי פאר די קינדער און סיי פאר זייערע עלטערן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתני המקרא און פאר זייערע עלטערן און זיידעס און פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור. צום שלוס האט די רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר יעדן בפרטית.



תגובות


bottom of page