top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממודזיץ ערשיינט אויף לענגערע באזוך אין אמעריקע לטובת "קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ"

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס ערווארטונג גרייטן זיך חסידי מודזיץ אין אמעריקע מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וועלכער וועט אי"ה מארגן, מאנטאג שלח, ארויספארן אויף זיין ערשטן באזוך קיין אמעריקע לטובת דעם ניי-געגרינדעטן "קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ", וועלכער איז אוועקגעשטעלט געווארן אין די יעצטיגע טעג צו פינאנצירן די ישיבות און כוללים בנשיאותו.


די נסיעה קומט אין א צייט ווען די מוסדות התורה אין ארץ ישראל שטייען אונטער שווערע פינאנציעלע דרוק וואס האט זיך געשאפן אין רעזולטאט פון די רדיפת הדת בארץ הקודש, און דער ציל פונעם נסיעה איז צו שאפן די נויטיגע פאנדן כדי צו פארזיכערן די ווייטערדיגע הצלחה און עקזיסטענץ פון די מוסדות.


לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א וויילן אין אמעריקע ביז מיטוואך קרח - חוקת אין ארץ ישראל, ווען די רבי וועט זיך אומקערן קיין ארץ ישראל לקראת דער גרויסער שבת התאחדות, פאר עדת חסידי מודזיץ וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין מושב מצפה יריחו לרגל די צוואנציגסטע הילולא קדישא פונעם אומפארגעסליכן מנהיג העדה פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ זצ"ל בעל נחלת דן.


במשך דעם באזוך וועט די רבי וויילן אין בארא פארק און האבן די אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' צבי האזענפעלד הי"ו. אין לויף פונעם נסיעה וועט דער רבי שליט"א אויך באזוכן אין פלעטבוש, לעיקוואוד און מאנסי, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט נגידים ושועים, תומכי המוסדות, וואס וועלן זיך לאזן קאסטן לטובת דעם קרן עולם התורה דמודזיץ, און אזוי ארום פארזיכערן א פינאנציעלע יסוד פאר די מוסדות הקדושים די ישיבות און די כוללים.

bottom of page