top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נצא השדה: תומכי מוסדות תולדות אהרן וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין מאד - אונגארן

  • לפני 2 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א זעלטענעם שריט וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פראווענען א גרויסער שבת וויילנדיג אויף אפרו אין מאד אונגארן, מאכנדיג דערמיט אן אויסנאם לכבודם פון די נדיבים בעם וועלכע לאזן זיך קאסטן פאר די מוסדות הקדושים דחסידי תולדות אהרן.


אין די טעג ווען ער ווערט געלאזט אין גאנג די מגבית "השפע" לטובת מוסדות תולדות אהרן בארה"ק, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו און איינגעוויליגט צו מעריך זיין א שבת אינאיינעם מיט די תומכי המוסדות אינעם שטאט מאד אין אונגארן וואו דער רבי וויילט במשך'ן זומער אויף אפרוה. דער שבת קומט פאר קומענדיגן פ' בלק - דער צווייטער וואך וואס דער רבי וועט וויילן אין אונגארן, און וועט זיין געווידמעט פאר די נדיבים בעם וואס לאזן זיך קאסטן מיט די פאנטאסטישע סומע פון 12 טויזנט דאלאר און העכער פאר'ן מגבית, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אז דער רבי זאל פראווען א שבת לנגידים אין אונגארן, ווען ביז היינט האט דער רבי דארט געפראוועט בלויז פארמאכטע שבתים, אינאיינעם מיט די משפחה, און די נאנטע מקורבים.


אין לויף פונעם שבת וועלן די נגידים זוכה זיין צו אן אויסנאמליכע קירבה בבית המלכות, און מיטלעבן די געהויבענע תפילות און טישן מבואו ועד צאתו אינעם היסטארישן שול פונעם הייליגן קול ארי' אין שטאט מאד. מוצאי שבת וועט דער רבי ארויספארן אינאיינעם מיט די משתתפי השבת צום דערנעבנדיגער שטאט קערעסטיר און מעריך זיין אויף א פראכטפולן פארנעם די סעודת מלוה מלכה אין רבי ישעי'לעס הויז דארט וואו דער הייליגער צדיק פלעגט משפיע זיין בקדושתו ובצדקתו פילע השפעות פרנסה בשפע רב לכל הבאים בצל קורתו.



bottom of page