אלפי חסידי סקווירא מיטגעהאלטן שמחת החתונה פון דור רביעי ביי האד' מסקווירא מיט ספעציעלע מאסנאמען צוליב אבילות
- 9 ביוני
- זמן קריאה 4 דקות
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שראלי ב.,JDN
מאבל ליום ליום טוב ומיגון לשמחה האבן אלפי חסידי סקווירא מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה, די חתונה פון אן אור־אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, שטייענדיג בתוך ימי השבעה נאך די פטירה פונעם רבינס לעצט פארבליבענע געשוויסטער הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה, צו וועם דער רבי איז געווען אזוי נאנט צוגעבינדן כידוע.
נאכ'ן אויסארבעטן אלע דינים מיט די רבנים הגאונים שליט"א ובראשם הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא איז באשטימט געווארן עטליכע שינויים צוליב דעם וואס דער רבי איז שרוי באבלות. לכבוד די שמחה האט דער רבי שליט"א לובש געווען א ספעציעלע בעקיטשע אויף די קריעה-געריסענע בעקיטשע, און איז געווען אנגעטוהן מיט די שווארצע זאקן און קאלאטשן, אן קיין שטיוול. אויך איז דער רבי שליט"א ערשיינען צו די סעודת החתונה שפעטער ווי געווענליך, צוליב די ימי אבלות. ביי די איבעריגע חלקים פון די שמחה האט דער רבי שליט"א מפאר געווען בראש ווי תמיד, און עס איז ווייטער געווען א געהויבענע געלעגנהייט פאר די חסידים זיך מיטצופרייען בשמחתו הגדולה, ובפרט מיטצוהאלטן די ריקודין של מצוה פונעם רבי'ן שליט"א.
בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן נכד כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, בן לבנו הגה"צ רבי ישכר דוב שליט"א אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג, חתן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק, עב"ג די כלה אור-אייניקל פון סקווערער רבי'ן שליט"א, אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, בת לבנו הרה"ג רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א, חתן הגה"צ רבי ארי' לייבוש רובין זצ"ל אבד"ק גלאגוב.
די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, מיט דאס השתתפות פון טויזנטער חסידים פון נאנט און ווייט.
נאכן זינגען די ניגוני התעוררות כנהוג ביים מעמד קבלת פנים האט מען מכבד געווען האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי מיט קריאת התנאים. נאכן קבלת פנים איז מען ארויס צום באדעקן אינעם אלטן ביהמ"ד און דערנאך דער רבי שליט"א ארויס צום חופה אינאיינעם מיט די שושבינון און זיידעס. ביים מעמד החופה האט זיך משתתף געווען די געהויבענע זיידע מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א.
דער עלטער זיידע די סקווערער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, די עדי קידושין זענען געווען הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא און הרה"ג ר' שלמה שפיגל שליט"א ראש הכולל קאלוב אין וויליאמסבורג, מיט קריאת התכובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי יהושע רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א און ברכה אחריתא די פעטער הגה"צ רבי נפתלי מרדכי טויב שליט"א אבד"ק קאלוב טשעסנאט רידזש.
נאכן חופה האט די רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די מחותנים און זיידעס און פארן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט זיך משתתף געווען ביים חופה, און דערנאך א ברכת הקודש פאר אלע טויזנטער משתתפים זקנים עם נערים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. תיכף דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום עטרת טשארנא זאל און געוואונטשן מזל טוב פאר די חתן און כלה.
צווישן די חופה און די חתונה האט דער רבי זיך אנגעטון די בגדי חול און מקבל געווען תנחומין בביתו נאוה קודש. שפעטער איז דער געהויבענער זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א ערשינען צוזאמען מיט'ן חתן מפאר צו זיין בראש השמחה ביי די חתונה אין ביהמ"ד. קורצליך דערויף האט מען מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א צו די שמחה מיט פייערדיגע טענץ, אינצווישן זענען אויך ערשינען די זיידעס פון חתן האדמור"ים מקאלוב און דעעש.
בשעת די ריקודין ארום 10:00 האט מען געמאכט א הפסקה צו תפילת מעריב און דערנאך האט זיך דער רבי שליט''א געוואשן צום סעודת החתונה ביחידות אין צימער אין ביהמ"ד זיצנדיג אויף א נידעריג בענקל. דער רבי האט טועם געווען אלע מאכלים און נאכן בענטשן אריינגעקומען צום המשך הריקודין וואו דער רבי האט מעודד געווען די טענץ און מען איז דורך וואונטשן לחיים.
במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע האדמור"ים מוויזניץ פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, שאץ מאנסי, ראחמיסטיריווקא ספרינג וואלי, שומרי אמונים, מאשאלאו, זוטשקא מאנסי, לויעוו טשערנאביל פארשעי, דעעש קרית יואל, דעעש מיאמי, קאלאמייע, אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, אב"ד זכרון נפתלי ארי' נעשכיז, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי אהרן רוקח אבד"ק מאחנובקא בעלזא ירושלים, אבד"ק ווענגרוב, אבד"ק באר משה פרעמישלאן, הגאון רבי צבי טווערסקי ראש ישיבת תורת חיים ירושלים, הגה"צ רבי משה הורוויץ אבד"ק אור נפתלי פערל ריווער בן האדמו"ר ממעליץ וחתן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און נאך.
ביים ענדיגן טאנצן איז געווען נאך א הפסקה וואו מען האט צוגעגרייט דאס ביהמ"ד צו מצוה טאנץ. מען האט דאן אויסגערופן דרשה געשאנק און געבענטשט ברכת המזון, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די עלטער פעטער הרה"צ רבי יעקב אלימלך פאנעט שליט"א מדעעש, און מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן צווישן די זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א און ברכה אחריתא הרה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא ירושלים וואס איז געקומען צופארן צו די חתונה בשליחות אביו האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא.
צוליב די אבלות איז דער רבי נישט געטאנצן די מחול לצדיקים כנהוג פארן מצוה טאנץ. דער בדחנא דמלכא האט צוערשט אויפגערופן די געהויבענע זיידע די קאלובער רבי שליט"א, דערנאך די זיידע דער דעעשער רבי וואס איז געקומען צופארן פון ארץ ישראל, און דערנאך די פעטערס בני הגה"צ אבד"ק גלאגוב זצ"ל. דאן האט מען אויפגערופן דער אבי החתן הגה"צ רבי ישכר דוב טויב אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג וואו עס איז ארויסגעברענגט געווארן די פעולות חובקות אין די פעלד פון קירוב וואס דער רב שליט"א פירט אן בארבע כנפות הארץ, שטייענדיג לימין קדשו פון אביו הגדול דער קאלובער רבי שליט"א. דערנאך איז געטאנצן דער גאסט הרה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא ירושלים און דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וועלכע איז שפעטער געטאנצן מיט אלע קינדער און אייניקלעך.
אחרון חביב האט מען מיט פאסיגע חרוזין אויפגערופן די עלטער זיידע די סקווערער רבי צו די מצוות ריקודין, דער בדחן האט בראשית דבריו דערמאנט די פטירה פון די ראחמיסטריווקא רעבעצין ע''ה און איר אויסערגעווענליכע התקשרות צו איר גרויסן טאטן הרה"ק מסקווירא זי"ע, און ממשיך געווען די גראמען איבער די גודל השעה צו פוליען ישועות ורפואות אין אזא הייליגן זמן. דערנאך האט דער רבי שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ כהרגלו מיט אן אש קודש ובהתלהבות אש שלהבת ווען די חסידים הייבן זיך אין די לופטן. צום לעצט איז די רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און פארלאזט די שמחה ווען עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער פארטאגס.






































תגובות