top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קדושים תהיו: אלפי חסידי סאטמאר זיך מחזק געווען בענינים הצריכים תיקון ביי כינוס אדיר "שמירה לדורות"

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. בלום

א פייער פון התגברות הילט ארום אלפי חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג נאכ'ן כינוס אדיר "שמירה לדורות", וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פאררופן און דערביי אריינגעקומען פון קרית יואל צו אדרעסירן די אסיפהה און אראפשטעלן יסודות'דיגע תקנות קבועות בעניני צניעות, טעכנאלאגיע און קדושת ההבית בכללית.


דער וויכטיגער כינוס איז פארגעקומען דעם דינסטאג נאכט אין די עידן פעלעס זאל, וואס איז געווארן פולקאם אויסגערישט מיט טויזנטער זיץ פלעצער צו אקאמאדירן דעם איבערפלוס פון טויזנטער חסידים תושבי העיר.


דער אסיפה האט זיך אנגעהויבן ארום האלב ניין אויפדערנאכט, מיטן פתיחת המעמד דורך הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג ווען דער זאל איז שוין געווען איבערגעפילט מלא על גדותיו.


דאן האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א וועלכער האט אויפגעשטורעמט די פארזאמלטע איבער די ענינים הצריכים חיזוק.


די משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וואו ער האט מאריך געווען מיט דברי מוסר והדרכה בעניני צניעות, ובפרט איבער די הארבקייט פון שערות אשה און די פראבלעמען פון די היינטיגע שייטלעך און איבער טעכנעלאגיע און נאך עטליכע ענינים הצריכים תיקון.


דאן האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש וחובת השעה. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען וואוינט אין וויליאמסבורג צווישן פארשידענע קרייזן און קהילות ווי מען איז מקפיד אויף פארשידענע חומרות און מנהגים אבער אויף צניעות זענען זיי נישט מקפיד, אונזערע רבי'ס האבן אבער יא שטארק מקפיד געווען אויף צניעות און קדושה, און מעורר געווען אויף דעם אין די הייליגסטע צייטן.


אונז האמיר א מסורה ווי אזוי מען דארף זיך פירן און וויאזוי מען דארף זיך אנטוהן און וויאזוי מען דארף אנטוהן די קינדער און דאס קען מען נישט טוישן לויט די גיסטע,

דער רבי האט פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע וועלכע האט געענטפערט פאר א גדול בישראל וועלכע האט געפרעגט אויף א ענין ווי עס שטייט, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געענטפערט עס שטייט אין מיר און איך בין די תורה! האט דער רבי אויסגעשריגן די ענינים שטייען אינעם רבי'ן זי"ע און ער איז די תורה! און חלילה צו מקיל זיין מיט אזא שאלה פון ווי שטייט עס.


דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די מצב הדור ווי מען זעט די חילוק וויאזוי די באבע מיט די קינדער און די אייניקלעך גייען אנגעטוהן, עס איז א שטארקע ירידת הדורות, מען דארף זיך פירן דערהויבן און זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכנים און חברים נאר זיך האלטן שטאלץ מיט אונזער מסורה.

דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז א חלק פון די פראבלעם קומט אז מען שיקט אוועק די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות און זיי באקענען זיך מיט פרעמדע השקפות און ווערן קאלט צו די ענינים און שפעטער האבן זיי נישט קיין פראבלעם אז זייערע פרויען זענען זיך מקיל ביי די ענינים.


דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז בנו הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה דברים היוצאים מן הלב און וועט בעז"ה זיין נכנסים אל הלב און אינעם מח, און שטארק מחזק געווען זיינע ווערטער און געזאגט פאר יעדע יחיד אז אים מיינט מען, און יעדער בפרטיות דארף זיכער מאכן אז ביי זיך אין שטוב און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך זאל מען זיך פירן ווי עס פאסט און גודר גדר זיין ווי מען קען.


דער רבי האט שטארק משבח זיין די פעולות ווי פילע תלמידות בית רחל האבן זיך געלאזט אפשערן די לאנגע האר אין די לעצטערע וואכן און עס שטארק מחזק געווען,

און מסיים געווען און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מצליח זיין צו מקיים זיין אלע תקנות, ובזכות נשים צדקניות נגאלו בב"א.


די אסיפה האט זיך געשלאסן מיט א הייליגע גייסט און אנטשלאסנקייט ביים ציבור לשמור ולעשות ולקיים און איינהאלטן די אלע גדרים וסייגים מאהבה ורצון.



תגובות


bottom of page