פילצאליגע גדולי ישראל און עמך בית ישראל מנחם אבל געווען האד' מסקווירא על פטירת אחותו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה
- לפני 26 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
טויזנטער אידן האבן די וואך געשטראמט קיין שיכון סקווירא, ובראשם אדמור"ים רבנים וראשי הישיבות וואס האבן געמאכט דעם וועג איבערצוגעבן די טרייסט-וואונטשן פאר'ן מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בעת ווען די רבי איז געווען יושב באבלו און מקבל געווען תנחומין נאך די פטירה פון די שוועסטער הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה.
די רבי שליט"א איז געזעצן שבעה אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואס איז אויסגעשטעלט געווארן אויף א ספעציעלע פארנעם מיט פארענטשעס אין א מייק-סיסטעם, אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די שיחות קודש רואיגערהייט.













































































































