top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות צווישן תושבי לאנדאן מקבל פנים צו זיין האד' מוויזניץ לרגל חנוכת הבית פון נייע ישיבה קטנה דחסידי וויזניץ

  • 9 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי לאנדאן בכלל, און חסידי וויזניץ בפרט, גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן זונטאג חקת אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט, לשמחת לב תושבי העיר.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן לרגל דעם מעמד "חנוכת הבית" פון דעם נייעם בנין הישיבה קטנה דחסידי וויזניץ, וואס איז אפגעקויפט געווארן מיט נאנט צו צוויי יאר צוריק אויף די מענאר גאס אין שטאט, פונקט קעגנאיבער דעם פראטפולן בנין הת"ת ישועות משה וויזניץ וואס איז באנייעט געווארן קארגע צוויי יאר צוריק.


דער רבי שליט"א וועט אנקומען אין שטאט זונטאג חוקת ביינאכט, און וועט תיכף צופארן צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' ישראל שלום טויב הי"ו צום מעמד סיום כתיבת האותיות פארן ספר תורה וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום נייעם ישיבה קטנה.


אויפצומארגס מאנטאג וועט די רבי שליט"א באשיינען בראש החגיגה ביים הכנסת ספר תורה, אנגעהויבן פונעם תהלוכה וואס וועט ארויסגיין פונעם רבינס אכסניא און דערנאך ביים סעודת מצוה לגומרה של תורה אין די יסודי התורה זאלן אין שטאט.


אין די נאכפאלגנדע טעג וועט די רבי באזוכן אין די מוסדות, די תלמוד תורה און ישיבה קטנה אין שטאט, און אפהאלטן אסיפות מיט די הנהלת הקהילה והמוסדות פון אלע אפטיילונגען.


דאנערשטאג מיטאג וועט דער רבי שליט"א אפרייזן קיין שווייץ וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגנדע זומער חדשים אויף אפרוה אינעם מקום הנופש מאלויע.


די עסקנים לייגן אריין איבערמידליכע כוחות צו מסדר זיין אלע פרטים פונעם באזוך על הצד היותר טוב, און די חסידים תושבי העיר ציילן שוין די טעג צו קענען מיטלעבן די געהויבענע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א.

תגובות


bottom of page