top of page
הַנֶּחֱמָדִים מִזָּהָב וּמִפָּז רָב • רגש קודש ביי אלפי חסידי סאטמאר נאכ׳ן מיטלעבן לעכטיגן "זמן שמחתינו" בצלא קדישא עילאה
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין א העכערע גייסט האט זיך געשפירט במשך דעם גאנצן זמן שמחתינו בחצר הקודש סאטמאר, בפרט ביי די צווייטע טעג יום טוב בין כותלי ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו מען האט זיך ווידעראמאל געטראפן מיט א ריבוי עם פון אזויפיל טויזנטער אידן בליעה"ר וכ"י וועלכע זענען געקומען מכל פינות ומחנות מיטצוהאלטן די דריי געהויבענע און הייליגע טעג בצל הקודש. בליל הושענא רבא האט זיך אראפגעלאזט רעגענ


וְרוֹמַמְתָּנוּ • בילדער גאלעריע פון יום טוב סוכות בצל כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ש וקי לרר, אברומי בערגער


על פי קריאת גדולי ישראל: צענדליגער טויזנטער ערווארט ביי עצרת תפילה ומחאה ברחובה של עיר בני ברק איבער גזירת גיוס
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש על פי קריאתם פון די גדולי ראשי הישיבות בארה"ק ובראשם הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן איבער א מאסיוון עצרת תפילה ומחאה וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען רבבות אלפי ישראל דרי ארה"ק אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס. במשך די לעצטע חדשים האט מען שוין אסאך געהערט איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף כלל ישראל אין די איצטיג


הנה מלכך בא: חסידי סערט וויזניץ אין אמעריקא אין פייערליכע הכנות לקבל פני מלכם ומאורם האד' מסערט וויזניץ
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פריידיגע געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סערט וויזניץ בארצות הברית מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט''א וועלכער וועט אפרעכטן א געהויבענעם באזוך אין ניו יארק, דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו בערי הגולה. די רבי וועט מופיע זיין בשערי ניו יארק די קומעדיגע מיטוואך פ' לך לך, און פראווען א געהויבענעם שבת בקרב חסידיו אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק. דורכאויס די ימי הבי


אסיר ציון הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש הי"ו נכד האד' ממשכנות הרועים ענדליך באפרייט פון מיליטערישע טורמע
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיטן א הילכיגן "ברוך מתיר אסורים" האבן מאסן בני ירושלים היינט מקבל פנים געווען דעם אסיר ציון און גיבור החיל האברך החשוב בנן של קדושים ר' אריה מרדכי ראבינאוויטש הי"ו וועלכער איז ענדליך באפרייט געווארן פון די מיליטערישע טורמע נאך דריי שווערע חדשים פון יסורים און פייניגונגען וואס ער איז דארט אריבער צוליב זיין עקשנות דקדושה. דער יונגערמאן ר' אריה מרדכי הי"ו - פיר און צוואנציג יאהר אלט, א טאטע פון דריי קינדער, און איז א בנן של קדושים, א


קורצן ביקור חיזוק דורך מרן ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א אין קליוולאנד לטובת דער קרן עולם התורה
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט טיפע באגייסטערונג האט די חרדישע אידנטום אין קליוואלנד אהייא מיטגעהאלטן די קורצע ביקור הוד פון מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע וואס האט ווידער מכתת רגליו געווען בטירחה דגברא רבה, מיטן קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער לטובת דער קרן עולם התורה וואס שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, אין ליכט פון די רעגירונגס שניטן מיט די גזירה פון גיוס בני הישיבות ה"י. נאך לענגערע טעג פון הכנה ד


גדולי ישראל נועדו: היסטארישע באגעגעניש אין בני ברק צווישן גדולי התורה פון ארץ ישראל און אמעריקא
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישער באגעגעניש איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין בני ברק ווען עס האבן זיך צונויפגעטראפן די פירנדע גדולי הדור פון די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל און אמעריקא. די זיצונג איז פארגעקומען אין שטוב פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע מיט די באטייליגונג פון די חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין אמעריקא הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, הגאון ר' אלי' ברודני ראש ישיבת מיר פלעטבוש, כ"ק ה


מחר יהיה האות הזה: התרגשות של שמחה אין מאשאלוער הויף צום שמחת נישואין בבית האד' ממאשאלו
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרגשות של שמחה רישן זיך תלמידי וחסידי מאשאלו צו די געהויבענע ימי שמחה בחצר הקודש וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אויף א מלכות'דיגע פארנעם, מארגן מיטוואך נח אויפדערנאכט, אין די זאלן פון עטרת גאלדא אינעם שטאט בארא פארק. בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי', טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשאלו שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, מיט החתן הרב מנחם ישראל שליט"א בן הגה"צ רבי ישכר בער מייזליש שליט"א מנהל בי


האד' מאלכסנדר ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע פארן ביהמ"ד הגדול והחדש אלכסנדר אין בני ברק
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי אלכסנדר אין אמעריקא פיבערן מיט רגשי התעלות, כי הנה מלכך יבוא לך, זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ''ק האדמו''ר מאלכסנדר שליט''א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך הבעל"ט, ווען דער רבי שליט״א קומט צו פארן פון ארץ ישראל כדי אדורכצופירן א גראנדיעזע אונטערנעמונג לטובת די אויפבוי פונעם בנין ביהמ''ד הגדול אלכסנדר אין בני ברק. דאס קומט אין צייט וואס מען גרייט זיך שוין אט אט איינצוווארפן די עקזיסטירנדע ביהמ"ד, גרייט צ


וְהוֹשִׁיעֵנוּ אֵל מָעֻזֵּנוּ • חג הסוכות זמן שמחתינו בצל כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, שוקי לרר, JDN


רבוא רבבה ירננו בקול: היסטארישער סאטמארער חתונה וועט אפגעהאלטן ווערן אין גיגאנטישן "ברוקלין נעווי יארד"
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג בלויז זעקס וואכן אפגערוקט פון דער היסטארישער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עלטסטע אייניקל ביי בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די שמחת החתונה וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אין צענטער פון שטאט וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישער "דאגגעל גרינהאוז קאמפלעקס" אינעם ברקולין נעווי יארד, וואס באשטייט פון א מאסיווע גרויסקייט פון איבע


האד' ממונקאטש וועט אפפליען קיין לאנדאן צום חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית אין לאנדאן הבירה גרייט זיך מיט רגשי קודש מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מזקני וגדולי האדמורי"ם בעיר בארא פארק, וועלכע ערווארטעט אויף א בליץ באזוך אין לאנדאן, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זוהן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן, וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין לאנדאן. דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן צו די שמחה, ווי ער האט פארשפראכן פארן דיין ז"ל בעפאר זיין פריצייטיגע פטיר


מאסן דעמאנסטראציע דורך רבבות עמך בית ישראל בחוצות מאנהעטן אקעגן דעם גזירת הגיוס בארה"ק | ברייטע דעקונג
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך המקדש שמו ברבים! דער טאג 'זונטאג פרשת נח' וועט פאראייביגט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית, מיטן אומבאשרייבליכע קידוש השם וואס האט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו, פון די רוישיגע גאסן אין מאנהעטן, וואס זענען געווען שווארץ פון רבבות עמך בית ישראל וואס זענען ארויסגעקומען אויסצושרייען דעם וויי געשריי קעגן די שוידערליכע רדיפת הדת פון די רשעי הציונים אקעגן אחינו בני ישראל מיט די לעצטיגער ביטערע גזירה פו


חַג הַסֻּכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ • יום טוב סוכות און שמחת תורה בחצר הקודש סאטמאר
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין - אחים לעטשעווסקי טויזנטער סאטמארער חסידים און אורחים פון אומעטום האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם יום טוב סוכות שמחת שמחתינו בצל הקודש, ווען צום קלימאקס איז אפגעראכטן געווארן די לעכטיגע צווייטע טעג יום טוב אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, וועלכע איז היי יאר פילפאכיג פארברייטערט געווארן לקראת ימי הרחמים והרצון. אנגעהויבן פון פרייטאג ערב שבת חול המועד ביי די מנין תפלת שחרית פון כ"ק


ערשטע בילדער: עצרת מחאה אדירה אפצושרייען גזירת גיוס בני הישיבות אויף די גאסן פון מאנהעטן
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


פרייליכע שמחת הפארשפיל פון נכד ראש ישיבת וויזניץ פארגעקומען בצל האד' מוויזניץ אין מושב אורה
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בביתו נאווה קודש פון מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין די אכסניא אין מושב "אורה" בגלילות ירושלים איז נעכטן מוצאי שבת קודש געפראוועט געווארן די שמחת הפארשפיל לכבוד די חתונה פון אן אייניקל ביי הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, אן אייניקל ביי הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, דער איז א זון פון הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער, חתן כ"ק אדמו"ר מזידטשוב שיקאגא זצ"ל, די כלה איז אן אייניקל פון כ"ק אד


שמחה כפולה בחצה"ק באיאן: שמחת החתונה און בר מצווה פון נכדי האד' מבאיאן בני הגה"צ אבד"ק באיאן ארה"ב שליט"א
זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות דקדושה נעמט ארום אלפי חסידי באיאן אלוועלטליך, ווען מען גרייט זיך מיט געהויבענע געפילן צו א קייט פון ימי שמחה ואורה בבית המלוכה. שמחה גוררת שמחה, וועט געפראוועט ווערן צוויי שמחות במעונו פון הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב דחסידי באיאן אין אמעריקא בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א. צום ערשט וועט פארקומען די שמחת הבר מצווה פון זיין זון הבחור כמר יעקב שמש


האלט מיט לעבעדיג • היסטארישע "עצרת הרבבות - זעקת התורה" אין עיה"ק ירושלים
האלט מיט לעבעדיג • היסטארישע "עצרת הרבבות - זעקת התורה" אין עיה"ק ירושלים


ויסעו ויחנו: דעלעגאציע גדולי ישראל ערווארטעט אין לאס אנדזשעלעס און קליוולאנד לטובת "קרן עולם התורה"
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלגענדיג א רייע היסטארישע מסעות וואס די גדולי הדור בארץ הקודש האבן אונטערגענומען אין די לעצטע אנדערטהאלבן יאהר, בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבא צו אלע וועלט עקן אריינגערעכנט אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פאריז און אפילו אין די ווייטע מרחקים קיין דרום אמעריקא אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים לטובת די קרן עולם התורה וואס שטעלט צו די נויטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, איז באשטעטיגט געווארן אז די גדולי ה


תִּתְּנֵנוּ לְשֵׁם וְלִתְהִלָּה • אלפי חסידים און געסט מיטגעהאלטן יום טוב סוכות זמן שמחתינו אין באבובער הויף
מוצאי שב"ק פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע יום טוב סוכות און שמחת תורה איז פאראיבער בחצר הקודש באבוב. היי יאר איז געבראכן געווארן א רעקארד ציפפער פון געסט, וואס זענען געקומען צו פארן אויף די צווייטע טעג סוכות, ווען פון ארץ ישראל און אייראפע אליין זענען געקומען צו פארן העכער 600 חסידים, אויסער די שווערע הונדערטער געסט פון די שטעט איבער ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע. ובראשם האבן זיך אנגעזעהן די חתני דבי נשיאה פון הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל וואס זענע


bottom of page


