הערליכער שב"ק אין לאנדאן מיט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א
- Bechatzros admin
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן
הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן האבן מיטגעהאלטן א הערליכער שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן צווישן די תושבי העיר.
ווי שוין באריכטעט, האט דער רבי שליט"א אונטערגענומען די רייזע קיין לאנדאן, צו באזוכן בקרב עדת חסידיו תושבי העיר, וועלכע זענען נאך געווען מקושרים בלב ונפש צום גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצוק"ל, און שפעטער צו בנו כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגוט זצוק"ל, פון וועמען מען האט געשפעט חיות און חיזוק אין אלע זמנים, ובפרט ביי די באזוכן אין די שטאט.
אצינד איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין לאנדאן, ווערנדיג ענטפאנגען דורך די תושבי העיר בכלל ובפרט דורך די עדה חסידים וועלכע האבן אזוי שטארק ארויסגעקוקט צו קענען ווייטער מיטלעבן די געהויבענע קרעטשניפער שבתים בצל הקודש.
דאנערשטאג פארטאגס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין לאנדאן און איז גלייך צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' משה בונם קרויס הי"ו ראה"ק דקהל נחלי אמונה קרעטשניף לאנדאן פיליעריגער בעל אכסניא פון די צדיקי בית קרעטשניף. גלייך נאכ'ן אנקומען האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית, צו וועלכן דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה, זייענדיג בתוך שנת האבל, און דערנאך איז דער ציבור דורך שלום-נעמען.
במשך דעם טאג האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי די רבנים ואדמורי"ם שליט"א פון שטאט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א הגה"צ רבי יוסף פאדווא שליט"א ראש הדיינים, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א, הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אבד"ק סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, און הגה"צ רבי שמעיה לעוו ראש הכולל סאטמאר לאנדאן. ביינאכט ליל שישי, האט דער רבי שליט"א פארגעלערט דעם וועכנטליכן שיעור אין חומש רש"י, מתובל מיט ענינים נשגבים כדרך אבותיו.
דער שבת איז אפגעראכטן געווארן אינעם נייעם-רענאווירטער "דע וועניו" זאל וואס איז געווען ספּעציעל אויסגעשטאט צו קענען אקאמדירן דעם ריזיגן ציבור תושבי העיר. אויף שבת האט דער רבי שליט"א געהאט די אכסניא בבית הנגיד ר' ברוך ראטה הי"ו. במשך דעם שבת האבן מאסן תושבי העיר געשטראט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפלות צו וועלכן דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה באש להבת שלהבת, אויפ'ן רירענדן קרעטשניפער נוסח, מלא טעם ודביקות.
באזונדער איז דער זאל געווען א תל תלפיות ביי די עריכת השולחנות בליל שב"ק, ווען דער רבי שליט"א האט פרארעוועט די צוויי טישן, דער עריכת השולחן און שפּעטער דער צווייטער טיש, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט פארגעזינגן די ניגונים, פארגעזאגט כל מקדש, און כסדר משמיע געווען מאמרותיו מיט דברי חיזוק והתעוררות. אזוי האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט ניגוני שמחה ביז עטליכע שעה נאך חצות הלילה, ווען מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צו דער אכסני' בזמירות שירות ותשבחות.
די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי שליט"א געפרארעוועט בבית האכסניא צוזאמען מיט די געסט מחוץ לעיר וואס זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם שבת, און דער הויכפוקט איז געווען דער געהויבענער שלש סעודות ביי וועלכן דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט דברי התעוררות נאכצוגיין די דרכי אבות.
מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א פרארעוועט מלוה מלכה בבית האכסניא אין שטוב פון ר' משה בונם קרויס הי"ו וואו דער רבי האט דערציילט סיפורים פון די בעלי ההילולא.
אצינד גרייטן זיך תושבי קענווי איילענד צום געהויבענעם שבת בצל הקודש וואס דער רבי שליט"א וועט פראווענען דארט אין שטאט דעם קומענדיגן שבת פ' וארא.









































תגובות