top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט וויזניץ אויף אפרוה אין אראזא שווייץ; וועט זיך אומקערן היינט צוליב מלחמה אנגעצויגנקייט אין ארה"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

צוליב די לעצטיגע אנטוויקלונגען און די אנגעצויגענע זיכערהייט לאגע אין ארץ הקודש, האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א באשלאסן מקדים צו זיין זיין נסיעה אהיים פון שווייץ און זיך אומקערן קיין ארץ ישראל פריער ווי געפלאנט.


דער רבי שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה פאר מנוחת הנפש אין אראזא, שווייץ, האט לכתחילה געפלאנט זיך אומצוקערן אהיים קומענדיגן וואך. אבער, אויס זארג פון א אנגעצויגענעם צושטאנד אין ארץ ישראל צוליב די אומרוען אין איראן ווען א מעגליכע קריג קען אויסברעכן יעדן טאג, האט דער רבי געשפירט פאר ריכטיג שוין היינט צוריקצופארן קיין ארץ ישראל, און זיין נאנט צו זיינע חסידים אין אזא אנגעצויגענע צייט.


דער רבי שליט"א וועט פארלאזן שווייץ היינט נאכמיטאג און איז ערווארטעט צו לאנדן אין ארץ הקודש נאך היינט נאכט.



bottom of page