top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררת שמחה: פרישע שמחת קישור החיתון פון נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

  • 15 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

שמחה גוררת שמחה האבן חסידי סאטמאר, ווידעראמאל אפגעגעבן דעם ברכת מזל טוב פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל דעם שמחת קישור החיתון פון אן אייניקל וואס איז געשלאסן געווארן בסימן טוב ומזל טוב. זייענדיג א שמחה כפולה מיט'ן זעלבן משפחת בית צדיקים, ביי וואס מ'האט שוין פארגאנגענע וואך געפרעוועט דעם געהויבענעם שמחת קישור החיתון.


בשטומ"צ איז נכנס לברית האירוסין החתן בנש"ק הרב חיים צבי רוקח שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר, בן הבכור פון רבי'ן שליט"א'ס יונגסטער איידעם, הגה"צ רבי חיים יעקב רוקח שליט"א, רב דביהמ"ד בית חיים יעקב בקרית יואל, בן הגה"צ אבד"ק קאזלוב שליט"א פון מאנסי, וחתן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, ביי וועמען עס איז בשטומ"צ דאס עלטסטע אור אייניקל.


די כלה איז א טאכטער פון הגה"צ רבי פייוויל זינגער שליט"א אבד"ק אלכסנדר וויליאמסבורג, בן הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל.


דער שידוך איז געשלאסן געווארן אין שטוב פונעם מחותן אבי הכלה שליט"א, מיט דאס השתתפות פון א שיינעם ציבור ידידים ובני משפחה, ובראשם די געהויבענע זיידעס שליט"א, ועל צבאם דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט באשיינט דעם אויבנאן ביי די געהויבענע שמחה.


עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א שיינער שמועס בשיחות צדיקים, און נאכן מקבל קנין זיין האט מען אפגעגעבן דעם ברכת מזל טוב בקול צהלה ושמחה.


לרגל השמחה איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת קישור החיתון בהיכל הישיבה גדולה סניף ויואל משה, וואו דער חתן שליט"א איז ממצויני תלמידי הישיבה, וואו עס האבן זיך אויך באטייליגט די בחורי חמד תלמידים פון די אנדערע סניפי הישיבות.


דער אבי החתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א האט משמיע געווען שיינע דברי תורה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה דער מחותן אבי הכלה אבד"ק אלכסנדר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט ווי ס'איז שוין די צווייטע שמחה אין די משפחה וואס מ'איז זיך משדך מיטן רבי'ן שליט"א'ס משפחה.


דאן האט מען געהערט די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו דעם שיינעם שידוך וואס איז געשלאסן געווארן סמוך לפרקו, מיט אזא חשוב'ע משפחה און אזא חשוב'ן מחותן, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן און מחותנים, און פאר אלע בחורים אז ס'זאל נתרבה ווערן שמחות, און מ'זאל הערן אסאך שידוכים צווישן די תלמידים.


נאך די דברות קודש האט דער חתן אנגעהויבן צו זאגן דברי תורה, וכנהוג איז ער גלייך איבערגעריסן געווארן בשירה וזמרה. מ'האט דערנאך ממשיך געווען בשירה וזמרה מיט שיינע ריקודין לכבוד השמחה הגדולה.



תגובות


bottom of page