top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל: שיינעם שבע ברכות אין ביהמ"ד בית ברוך לכבודו פון האד' מסאטמאר און בנו הרה"צ ר' יואל שליט"א רב הביהמ"ד

  • Bechatzros admin
  • 16 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 18 בינו׳

פרייטאג פ' וארא • כ"ז טבת | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מוצאי שבת ויחי איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד בית ברוך אין קרית יואל צו די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבי'ן שליט"א און בנו הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט''א דער רב הביהמ"ד. מען האט מקבל געווען פני קדשו פון רבי'ן מיט טענץ און געזאנג און הרה''צ רבי יואל שליט''א דער מחותן האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. דערנאך האט הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בדברי דרוש בעניני נישואין און ממשיך געווען בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד און פון בנו הגה"צ רבי יואל שליט''א דער רב הביהמ"ד און ווארעם אנגעוואונטשן אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר די מתפללי הביהמ"ד. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן.



תגובות


bottom of page