האד' מדזיקוב וויזניץ וועט פראווענען דעם שב"ק פ' וארא אינאיינעם מיט ידיד נעוריו וש"ב האד' מוויזניץ וויליאמסבורג
- Bechatzros admin
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

מיט פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן תושבי וויליאמסבורג בכלל און חסידי וויזניץ אין וויליאמסבורג בפרט, אז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א פון ארה"ק וועט אין א ערשטמאליגע און זעלטענע ערשיינונג קומען מיטהאלטן דעם קומענדיגן שבת קודש פ' וארא בצל קדשו פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א.
די קשר אמיץ פונעם דזיקוב וויזניצער רבי'ן מיט די וויזניצער רבי פון וויליאמסבורג גייט שוין צוריק פילע יארן לערנענדיג אינאיינעם בימי בחרותם בצילא קדישא פונעם זיידן הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, וואו ביידע רבי'ס האבן שוין דעמאלט גע'שמ'ט און ארויסגעשיינט מיט זייער צדקות ופרישות און דערצו גענאסן א גאר נאנטע קירבה ביים זיידן, די קשר צווישן די צווי אדמור"ים האט אנגעהאלטן ווייטער אויך נאך וואס זיי זענען נתעלה געווארן לגדולה און ביז צום היינטיגן טאג.
אין די טעג וואס כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א וויילט אין אמעריקא, איז ער אנגעקומען אויף א באזוך צום וויזניצער רבי'ן אין וויליאמסבורג, וואו ס'האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס מיט זכרונות מימי קדם, ביי וועלכן דער דזיקוב וויזניצער רבי האט דערמאנט מיט נאסטאלגיע די דערהויבענע שבתים וואס ער האט זוכה געווען מיטצוהאלטן בצל דודו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, צו וועם ער איז געווען שטארק מקושר און ספעציעל געקומען צו פליען פון ארץ ישראל להסתופף בצל קדשו.
דערביי האט דער דזיקוב וויזניצער רבי אויסגעדריקט רצון קדשו צו קומען וויילן דעם היינטיגן שבת פ' וארא אין וויליאמסבורג און מיטהאלטן אלע תפלות און טישן בצל הקודש פון בנו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע האט תיכף צוגעשטימט בחפץ לב און באלד באאויפטראגט די עסקני הקהילה צו מאכן די נויטיגע אראנזשירונגען אויפצונעמען דעם גרויסן גאסט כערכו הרם, ובפרט ביים טיש ליל שבת קודש ווי עס איז ערווארטעט א ריזן ציבור חסידי וויזניץ און תושבי העיר וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם זעלטענעם מחזה פון א וויזניצער שבת אויף א ברודערליכער פארנעם בשבת אחים גם יחד.




