שובו בנים שובבים: האד' מבאבוב 45 פאררופט אסיפת התעוררות פאר עדת חסידי באבוב 45 לרגל ימי השובבים
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
אלפי חסידי באבוב 45 האבן זיך דעם זונטאג פארזאמעלט אינעם גרויסן ביהמ"ד החדש באבוב 45 אין בארא פארק, אויף אן ערשטמאליגן אסיפה נחוצה פאררופן דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א לרגל די ימי השובבים. ביים אסיפה האט מען זוכה געווען צו הערן דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט איבערגעגעבן פלאמפייערדיגע דברי ם חוצבים און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים.
דער רבי האט אנגעהויבן איבער די גרויסקייט פון די ימי השובבים און אז דאס איז א זמן וואס איז מסוגל זיך מקבל צו זיין קבלות טובות לתיקון המעשים. דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט דעם ציבור זיך אונטערצונעמען קבלות טובות בעניני תפלה, סיי נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אויך צו קומען צייטליך צום דאווענען און דאווענען אויפן קול צוזאמען מיטן בעל תפלה. דער רבי האט געזאגט, אז דעם שבת האט ער ארומשפאצירט אין ביהמ"ד בשעת פסוקי דזמרה און ער האט געהאט א שטארקע קורת רוח זעענדיג ווי די בחורים און אינגעלייט דאווענען געשמאק, אבער פון די אנדערע זייט האט ער אויך באמערקט געוויסע יחידים וואס האבן זיך פארזוימט, און דעריבער דארף מען זעען זיך מחזק צו זיין אין די ענינים העומדים ברומו של עולם.
אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער די מצות עשה דאורייתא פון ברכת המזון, און דערביי איינגעפירט א נייע תקנה, אז מוצאי שבת זאל מען נישט מאכן קיין מניני מעריב ווען מען האט נאך אין ביהמ"ד אינמיטן שלש סעודות, נאר מען זאל אויסווארטן עטליכע מינוט ביז דער גאנצע ציבור ענדיגט בענטשן, כדי דער ציבור זאל זיך נישט דארפן יאגן מיט ברכת המזון.
צום שלוס האט דער רבי אויפגעפאדערט דעם גאנצן ציבור זיך אונטערצונעמען די קבלות טובות אין די אויבנדערמאנטע ענינים, אויפן פלאץ דא אין ביהמ"ד. עס איז געווען א מחזה הוד ווי די טויזענטער חסידים זענען אריבער ביים רבי'ן כבני מרון און, אומר ועושה, איבערגעגעבן די קבלות טובות לחיזוק עבודת התפלה.
פונעם רבי'נס שטוב איז אויך געמאלדן געווארן, אז די אלע וואס האבן נישט עספיעט איבערצוגעבן די קבלות טובות וועלן קענען אריינגיין בעת די זמני כניסה בקודש פנימה ביים רבי'ן ביז היינטיגן דינסטאג, ווען דער רבי לאזט זיך ארויס קיין אריזאנע אויף אפרוה.



































