שטאט מאנטשעסטער איינגעהילט אין פרייד צו בליץ-באזוך פון האד' מסאטמאר לרגל חנוכת הבית פון "היכל התורה לב אהרן"
- Bechatzros admin
- לפני 17 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

מיט שטורמישע רגשי שמחה ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנטשעסטער ענגלאנד איבער די נארוואס באשטעטיגטע בליץ-באזוך וואס מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אפהאלטן אין שטאט.
דער רבי שליט"א קומט צו פארן צו באשיינען די פייערליכע חגיגת "חנוכת הבית" פונעם נייעם פרעכטיגן און גיגאנטישן "היכל התורה לב אהרן" אינעם ביהמ"ד הגדול ויואל משה דסאטמאר, וואס שאפט א נייעם פרעצעדענט און מציאות אין שטאט מאנטשעסטער, צו פארמאגן א באזונדערער היכל מפואר אויסשליסליך פאר לימוד התורה.
דער פראיעקט פונעם נייעם היכל התורה איז אונטערגענומען געווארן ארום צוויי יאר צוריק, אויף די פערזענליכע בקשה און כסדר'דיגע עידוד פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז שוין צענדליגער יארן מרומם דעם קרן התורה איבער די גאנצע וועלט מיט'ן גרינדן די וועלט בארימטע היכלי התורה אין אלע סאטמארע צענטערן, זייענדיג א וועגווייזער פאר אלע קהילות קדושות און בתי מדרשים להגדיל תורה ולהאדירה און צושטעלן די שענסטע און באקוועמסטע מעגליכקייטן פאר בעה"ב צו קענען קובע זיין עתים לתורה.
אצינד ווען דער סאמע ערשטער היכל התורה אין מאנטשעסטער איז געווארן פארטיג כלול בהדרו, מיט'ן הילף פון נדיבי סאטמאר אלוועלטליך, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו לפאר על ראש השמחה, און פערזענליך זיך מטריח זיין צו קומען צו פארן צו די גראנדיעזע חנוכת הבית.
דער באזוך איז באשטימט אויף קומענדיגן מאנטאג תרומה, וועט דער רבי אפפליען קיין מאנטשעסטער, און באשיינען די חגיגה נהדרה צום נייעם היכל התורה וואס איז בהדרת כבודה של תורה נקראת געווארן על שמו פונעם רבי'ן שליט"א.
מאנטאג אויפדערנאכט וועט אפגעראכטן ווערן דער מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה, אינאיינעם מיט די סעודת הילולא קדישא לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, וואס געפאלט יענעם טאג כ"ט שבט, און צומארגנס דינסטאג וועט זיך דער רבי שליט"א אויפהאלטן אין שטאט, זייענדיג א געלעגענהייט פאר עדת צאן מרעיתו תושבי העיר לחסות בצלו און אריינגיין לעצה ולברכה, און אויפדערנאכט וועט זיך דער רבי שליט"א אהיימקערן למען קדשו אין קרית יואל.












תגובות