מאנסי: סעודת הילולא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל בשילוב מיט יערליכן דינער לטובת מוסד "בית חינוך הישן"
- Bechatzros admin
- לפני 11 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם שב"ק ויגש ז' טבת האבן תלמידי וחסידי קאשוי אפגעהאלטן די 7'טע יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל.
אין די טעג ארום די יארצייט זענען הונדערטער אידן געקומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין אהל אדמור"י קאשוי אויפן בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד הילס נוא יארק יע"א, ווי אידישע קינדער האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויסבעטענדיג רפואות און ישועות למען הכלל והפרט אין זכות פונעם גרויסן צדיק. באסעס זענען געפארן פון אלע געגענטער צו ברענגען דעם ציבור מכל מקומות מושבותיהם.
לכבוד די יארצייט וואס איז געפאלן אום שב"ק איז מוצאי שבת קודש ויגש פארגעקומען די צענטראלער יארצייט סעודה קאמבענירט מיטן מעמד "חיים כולכם" די יערליכער מגבית לטובת בית חינוך לבנות "בית חינוך הישן" אין מאנסי וואס איז נתייסד געווארן דורכן רבי'ן זצ"ל דער בעל ההילולא אין די ווילחאוויץ זאלן אין מאנסי, ווי מאסן אידן האבן געשטראמט וועלענדיג מיטהאלטן די געהויבענע מעמד.
אין שפיץ פונעם ציבור הנאספים האבן באשיינט צענדליגער אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות וועלכע האבן מפאר געווען בראש המסובין צווישן זיי: האדמורי"ם מקאשוי, ראחמסטריווקא ספרינג וואלי, סקולען מאנסי, קאסאן פארשעי, זידיטשוב פרעמיסלא, ליזענסק, בארדיטשוב, ספינקא מאנסי. הרבנים מטערצאל, פאפא מאנסי, סלאנים, באר משה פרעמישלאן, ראדמישלא, עדעלין, תולדות אהרן, סיקסא, כוונת הלב, שרגא המאיר, בית הילל, זלאטשוב, זידיטשוב, דעעש, נאפקאר. הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגה"צ רבי מנחם פישער שליט"א דומ"ץ וויען, הרה"ג ר' שמעון כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר, הרה"ג ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש, הרה"ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט"א דומ"ץ סקווירא-ראמען, הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א מו"ץ התאחדות הרבנים, און נאך.
די נאכט איז געווארן געעפנט דורכ'ן יושב ראש מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וואס האט בנועם לשונו אנגעפירט מיט'ן מעמד. מיט שטארקע אינטערעסע האט מען געהערט אן אינערליכער אריינבליק בקרב המוסד, מיטגעטיילט דורכ'ן איבערגעגעבענעם אדמינסטראטער פונעם מוסד מוה"ר יואל פריינד הי"ו, ווי ער האט איבערגעגעבן א רעפארט מהנעשה הנשמע אינם מוסד, סיי די יערליכע בודזשעט, און די גרויסע סכומים וואס דארפן געשאפן ווערן ביים דינער נאכט למען החזקת המוסד.
מיטן 'משא המעמד' האט אויפגעטרעטן האדמו"ר מסטרעטין שליט"א פון בארא פארק, וועלכער האט געשילדערט די גרויסקייט פונעם זמן אין וואס מען שטייט די הילולא פון א צדיק וואס האט געדינט דעם אייבערשטן מיט אן אויסטערלישן מסירת נפש, ווי מ'האט דאס מיטגעלעבט על כל צעד ושעל, און דער גרויסע זכות פון שטיצן א מוסד וואס ער האט אוועקגעשטעלט בדם לבבו.
דערנאך האט מען געהערט א דרשה נפלאה דורך הגאון רבי ישעי' ברים שליט"א בן הגאון רבי אברהם חיים זצ"ל ור"מ בישיבת סקווירא, וואס האט בנועם לשונו ארומגערעדט גאר שטארקע יסודות בעניני חינוך הבנות פון וואס דער ציבור האט געשלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער. צום לעצט האט מען געהערט פרקי זכרונות פון הגה"צ רבי יהודה ליכטער שליט"א אבד"ק כונת הלב מאנסי, וואס האט ארוגערעדט גאר שיינע ענינים און הדרכות וואס ער האט זוכה געווען מקבל צו זיין מרבו הגדול דער בעל הילולא זצ"ל.









