ובנה ירושלים עיר הקודש: מלאכת הבני' ביים ביהמ''ד הגדול דחסידי באבוב אין ירושלים אריין אין פולן שוואונג
- Bechatzros admin
- לפני 45 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש

ברגשי הלבבות ווערט נאכגעפאלגט מיט פרייד ביי חסידי באבוב די פרייליכע נייעס מיטן אנהייבן די פאקטישע ארבעט ביים בנין ביהמ''ד הגדול דחסידי באבוב אין ירושלים עיה''ק וואס וועט דינען אלס תל תלפיות פאר באבובער חסידים אין ירושלים, און וועט בעז"ה אנטהאלטן אין זיך אלעס וואס עס פעלט זיך נאר אויס פאר א קהלה קדושה בישראל.
גאנצע צוויי יאר איז פארלאפן זינט הנהלת ק"ק באבוב איז אריין אין קאנטראקט אויף דעם ריזן שטח בטיבורה פונעם שטאט ירושלים אויף רחוב שמגר ביים ווינקל פון תכלת מרדכי, אויפצובויען א מעכטיגן ביהמ״ד הגדול צום באנוץ פון חסידי באבוב תושבי עיה''ק ירושלים ההולכים לאורו פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, נאכדעם וואס דער קהלה איז זיך שטארק צווואקסן בליעה''ר און די ביהמ''ד אויף רחוב זית רענן אין ירושלים וואס איז שוין אין צוגאב צום צענטראלן ביהמ"ד אויף רחוב חגי איז שוין געווען צר מהכיל.
אצינד נאך א לענגערע תקופה פון פלענער און זיצונגען מיט די ריכטיגע עסקנים און אינדזשענירן, איז מען בסייעתא דשמיא צוגעטרעטן צו די ערשטע פאזע פון די מלאכת הבני', ווען עס האבן זיך באוויזן אויפן שטח די ערשטע טראקטארן, ויחל הבנות לבנות בשעטומ"צ, גרייט צו מאכן דער גרויסער באדן פארן אויפבוי פונעם בנין הגדול פון די קהלה אין ירושלים, א מעכטיגע צוואנציג מיליאן דאללאר'דיגע פראיעקט, וואס וועט פארנעמען אין זיך א ריזן היכל ביהמ"ד מיט הונדערטער זיץ פלעצער, א היכל התורה, חדרי תפילה וועלכע וועלן דינען די הונדערטער באי ביהמ"ד טעגליך ארום דעם זייגער, א פרעכטיגע מקוה און אלע צוגעהערן וואס פאדערט זיך פאר אזא בית ה'.








תגובות