top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השבת נועם הנשמות: אלפי תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן דערהויבענער שבת בצל האד' מטשערנאביל

  • 13 בינו׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער /JDN

אלפי תושבי וויליאמסבורג האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן א זעלטן געהויבענע שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וועלכער איז געווען צוגאסט אין שטאט פארלאפענעם שבת פרשת שמות, נאך גאנצע זיבעצן יאר זינט דאס לעצטע מאל וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת אין שטאט.

טראץ וואס דער רבי שליט"א איז שוין בליעה"ר בא בשנים און האט שוין נישט די יונגע כוחות, און זעלטן וואס דער רבי פארט ארויס צו אנדערע שטעט, איז דער רבי נעתר געווארן צו די הייסע בקשות און נאכאנאנדע הפצרות פון די חסידים אין וויליאמסבורג, וועלכע האבן מערערע מאל פארבעטן דעם רבי'ן צו קומען קיין וויליאמסבורג פראווענען א שבת און משפיע זיין פונדערנאנט.


די גאנצע שבת מהחל ועד כלה איז געפראוועט געווארן אין די גיגאנטישע עידן פאלאס זאל, וואס איז צוגעגרייט געווארן מיט הונדערטער זיץ פלעצער, סיי פאר די תפילות און סיי פאר די טישן, הויכשטאקיגע פארענטשעס פאר די פרחי החסידים צו קענען מיטהאלטן, און נאך פילע איינריכטונגען וואס זענען צוגערישט געווארן פאר די הרחבת הדעת פונעם רבי'ן שליט"א און אלע משתתפים.  אזוי אויך איז דארט געווארן צוגעשטעלט די סעודות שבת פאר די פילע געסט וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת פון בארא פארק און אנדערע שטעט.


בעפאר שבת איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א און אין די יעצטיגער טעג נאך שבת גייט דער רבי שליט"א ווייטער ארויף לבתי האדמור"ים אין שטאט, און בבתי נדיבים נכבדים אויפצוטרייבן געלטער לטובת די קרן הבנין פון די נייע ביהמ"ד הגדול טשערנאביל וואס ווערט געבויעט לשם ולתפארת אין בארא פארק.


פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען איז געווען די ערשטע געלעגנהייט פארן ציבור צו קענען אריבערגיין ביים רבי'ן זאגן א גוט שבת און שלום נעמען, וואו עס האט זיך אנגעזעהן א מאסן אנלויף פון אלע עקן שטאט. צו דער באשטימטער צייט איז דער רבי ערשינען צום שלחן הטהור, ווען דער זאל איז מלא על גדותיו. דער רבי האט אנגעהויבן קידוש מיטן אייגנארטיגער אצילות ונעימות, און דאן ממשיך געווען מיט די זמירות כנהוג, וואו דער רבי האט פארגעזאגט כל מקדש שטיקל ביי שטיקל ווי איינגעפירט בחצרות בית טשערנאביל, און אזוי ווייטער די המשך שולחן הטהור בשירות ותשבחות לקל חי.


ביים טיש האבן זיך באטייליגט א שיינע צאל אדמורי"ם ורבנים פון שטאט, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, דעם רבינ'ס פלומעניק כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א פון וויליאמסבורג, דעם רבינ'ס איידעם כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, האדמורי"ם והרבנים מנדבורנא לינסק, בראד, נעשכיז, קאלביסוב, ראזלא, הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני סאטמאר ומח"ס נר המאיר, הרה"ג ר' חיים יעקב כהן שליט"א רב חסידי ראחמיסטריווקא, הרה"צ רבי יחיאל טווערסקי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א פון אשדוד און נאך פילע רבנים ומורי הוראה.


דער טיש האט זיך פארצויגן ביז שפעט אין די נאכט אריין, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חתנו כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א און נאכן טיש האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן שליט"א צום אכסניא.


בצפרא דשבתא איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ניין דרייסיג, ביים ליינען האבן עולה געווען די נגידים החשובים די שופתים פונעם נייעם טשערנאבילער ביהמ"ד און די נדבני השבת. נאך די געהויבענע דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע קידושא רבא, וואו דער רבי האט אפגעראכטן שולחנו הטהור און פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור, זייענדיג נאך א געלעגנהייט אריבערצוגיין בפני הקודש און מקבל זיין ברכת שבת שלום ומבורך במאור פנים. די מיטאג טיש האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אין זאל אינאיינעם מיט די חסידים און געסט פון אויסער די שטאט.


ביי שלש סעודות האט זיך ווידער אנגעזעהן א ריזן ציבור וואס זענען געקומען מיטהאלטן די הייליגע שעות בצילא דמהימנותא, די זמירות בהתעוררות רב אויפן טשערנאבילער שטייגער און די ווארעמע ניגונים. ביז נאך מעריב ווען דער רבי האט געמאכט הבדלה על הכוס ברוב עם, און דערנאך געוואונטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכות לרוב.


ווי געזאגט וועט דער רבי שליט"א פארבלייבן אין שטאט פאר נאך עטליכע טעג, צו משפיע זיין מזיו הודו אויף די תושבי העיר. ספעציעלע זמני קבלת קהל איז פארגעקומען זונטאג אווענט אין שטוב פון הנגיד ר' שמשון אויש הי"ו, און אזוי אויך וועט דער רבי באשיינען א רייע מסיבות און באנקעטן אויפצוטרייבן גרויסע געלטער צו פארענדיגן די בוי ארבעט ביים נייעם גרויסן ביהמ"ד החדש.



תגובות


bottom of page