top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א וועט מארגן דורכגיין קאמפליצירטע אפעראציע

  • Bechatzros admin
  • 14 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 14 בינו׳

מיטוואך פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך

חסידי באסטאן וועלן מארגן מעתיר זיין לרפואתו השלימה פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, וועלכער גייט מארגן דורך א קאמפליצירטע אפעראציע, נאכדעם וואס מ'האט ביים רבי'ן געטראפן א געוואוקס ל"ע, וואס האט פאראורזאכט פארשידענע קאמפליקאציעס.


די דאקטוירים רעדן שטארק פאזיטיוו אז מ'האט דאס ב"ה געכאפט באצייטנס, די אפעראציע נעמט עטליכע שעה, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף, מיט די תפילות ישראל, וועט דער רבי שליט"א אינגיכן קענען צוריקגיין צום געווענליכן סדר היום און ווייטער משפיע זיין אויף עדת צאן מרעיתו וכל הנלוים אליו.


מיט עטליכע וואכן צוריק זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל האט דער רבי שליט"א זיך באצויגן צו די בעפארשטייענדע אפעראציע ביי א שבע ברכות פון א אייניקל אינאיינאם מיטן מעמד צאתכם לשלום איידער די רבי איז אהיימגעפארן למעונו אין באסטאן, וואו דער רבי האט געבעטן פון די חסידים אים אינזינען צו האבן לרפואה שלימה, און אז אלעס זאל גיין כשורה.


ווי געזאגט וועלן חסידי באסטאן מארגן דאנערשטאג אין טאג פון די אפעראציע מעתיר זיין בתפלה ותחנונים פארן רבי'ן מרן נפתלי יהודה בן רייכל לרפו"ש, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.



תגובות


bottom of page