האד' מדזיקוב וויזניץ צוגאסט אין בארא פארק; הונדערטער מיטגעהאלטן שיינעם שבת בצל הקודש
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, אייזיק י., יוסף שלום ש.,JDN
מאסן תושבי בארא פארק האבן מיטגעהאלטן א שיינעם און געהויבענעם שבת במחיצת הקודש פון דעם גרויסן גאסט כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, וועלכער האט געפראוועט דעם שבת בעיר ואם בישראל בארא פארק, זייענדיג צוגאסט אין אמעריקא לטובת די אויפבוי פונעם בנין ביהמ"ד הגדול מרכז העולמי דחסידי דזיקוב וויזניץ אין שטאט בית שמש.
אין די טעג בעפאר שבת בעת דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין בארא פארק האט די רבי שליט"א באזוכט ביי ביי שארי בשרו כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ בארא פארק, דזיקוב וויזניץ בארא פארק און קאסוב, און ביי האדמורי"ם מבאבוב 45, ראחמיסטריווקא און סקולען.
דאנערשטאג האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית אין היכל ישיבת צמח צדיק וויזניץ אין בארא פארק בנשיאות מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און נאכן דאווענען משמיע געווען שיחת קודש לרגל ימי השובבי"ם פאר די בחורי חמד. צומארגנס פרייטאג האט דער רבי געדאוונט שחרית אין די ישיבה קטנה וויזניץ בארא פארק בנשיאות האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, און איבערגעגעבן דברי חיזוק פאר די בחורי חמד.
דער סידורו של שבת האט דער רבי אפגעראכטן אין די גרויסער באיאנער קלויז וואס שטייט אין שפיץ פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר רב חסידי באיאן אין אמעריקא. ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אינעם קלויז ביים זמן פון ליכט צינדן האט זיך שוין אנגעזען גרופעס פון בחורים, אינגעלייט און עלטערע וויזניצער חסידים וועלכע האבן שלום גענומען פונעם רבי'ן. צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען דעם רבינס פלאמעניק האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ בארא פארק שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער לברך ולהתברך, בברכת שבתא טבא.
ארום 9:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אינעם קלויז וואס איז שוין געווען פול מקצה אל הקצה, דער אויבנאן איז געווען באשיינט מיט די רבני העיר, דיינים ומרביצי תורה. שווערע הונדערטער אידן זקנים עם נערים האבן מיטגעהאלטן די ווארעמע זמירות מיט א השתפכות הנפש. די רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם און קידוש געמאכט, און אזוי איז אפגעראכטן געווארן דעם טיש פאר גאנצע פיר שעה בשירות ותשבחות, מיט די פייערדיגע וויזניצער ניגונים, ווען אינדערמיט הערט מען דברות קודש פונעם מעיין הנובע פונעם רבי'ן שליט"א. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב בארא פארק שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען דעם צווייטער טיש וואו די רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות די אנוועזנדע רבנים צווישן זיי דער מרא דאתרא חדב"נ הגה"צ אב"ד באיאן ארה"ב שליט"א, דער פלאמעניק האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ בארא פארק, הרה"צ רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, הרה"ג ר' יחיאל מיכל דאסקאל ראש ישיבת וויזניץ בארא פארק, און דייני קהילות הקודש בעלזא, סקווירא און צאנז קלויזענבורג, עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה נאך איינס אזייגער ביינאכט ווען מ'האט פארענדיגט דעם טיש.
ארום ניין אזייגער צופרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צום דאווענען און פארגעזאגט די ברכות. שחרית האט דער רבי פארגעדאווענט בהשתפכות הנפש. ביים ליינען האט די רבי עולה געווען שישי, די סעודת שבת האט די רבי געגעסן באופן פרטי אין די אכסניא אין שטוב פונעם איידעם דער באיאנער רב.
בעת רעוא דרעוין האט דער רבי אפגעראכטן דער שלש סעודות טיש מיט די הארציגע זמירות, צו די זייט פונעם רבי'ן האבן זיך אנגעזעהן בן אחיו האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ בארא פארק, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און הרה"צ רבי מענדיל האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. נאך די זמירות האט די רבי משמיע געווען דברים חוצבים מלהבות אש מיט דברי הדרכה שטייענדיג אין די הייליגע שובבים טעג, בסיום דבריו האט די רבי באדאנקט די אלע עסקנים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם שבת, און בפרט ראשי ועסקני קהילת באיאן בראשות חתנו חביבו הגה"צ אב"ד באיאן ארה"ב שליט"א, און דערביי ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די שיינע באיאנער קהילה וואס פירט זיך לשם ולתפארת בדרכו הסלולה פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א. נאך מעריב האט די רבי מבדיל געווען על הכוס ברוב עם און דער ציבור איז דורך וואונטשן א גוטע וואך, נאך דעם געהויבענעם שבת שכולו התעלות.































תגובות