top of page
עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" פון נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וומסב"ג
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א רייך-עלעגאנטער מעמד "חנוכת הבית" איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן פארן נייעם פראכטפולער בנין בית רחל "בנין מאנדל" פון סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, געווידמעט פאר די נדבני הבנין אויף א פריוואטער פארנעם אינעם נייעם חתונה זאל פונעם בית רחל החדש. ס'איז געווען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז ספעיציעל אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד. ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף די העכערע


חסידי סאטמאר תושבי לעיקוואד מיטגעהאלטן יומא אריכתא ביי דערהויבענע באזוך פון האד' מסאטמאר בתוככי העיר
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך זונטאג העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין לעיקוואד, קומענדיג צו פארן ממעון קדשו אין וויליאמסבורג צו באשיינען די "חומש סעודה" פון די צאן קדשים, די תלמידים פון כתה א' אין מוסדות סאטמאר לעיקוואוד, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול דסאטמאר לעיקוואוד. דער ביקור קודש האט זיך אנגעהויבן אין די פרימארגן שעה'ן, ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען דאווענען שחרית אין היכל ביהמ"ד אינעם בנין הת"ת. דער רבי האט


ק"ק סאטמאר ארה"ק אונטער רושם פון לעכטיגן "שבת זכרו" אין עיה"ק צפת מיט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק זענען נאך אונטער'ן רושם פונעם גאר געהויבענעם און גייסטרייכן שבת קודש "שבת זכרו", וועלכע איז אפגעראכטן געווארן בתוך אמוני עם סגולה אין עיה"ק צפת ת"ו, אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל דער חגיגה הגדולה פון "סיום והתחלת חצי הש"ס" דורך כל קהלא קדישא אין ראם פון חבורת זכרו בארה"ק. דער רב שליט"א איז אנגעקומען קיין עיה"ק צפת ת"ו אין די שפעטע נאכט שעה'ן


הערליכע חומש סעודה געפראוועט אין תלמוד תורה באבוב 45 מאנסי
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי לרגל די חומש סעודה פון די כיתה א' קינדער אין תלמוד תורה באבוב 45 מאנסי. ביים אריינקומען האבן פילע רבנים, די עלטערן און זיידעס שלום גענומען, און דער מנהל הרב מרדכי יואל לייטנער האט מקבל פנים געווען דער רבי שליט"א מיט פאסיגע דברי ברכה, נאך דברי תורה פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 מאנסי שליט"א, האבן די תינוקות של בית רבן פארגעזאגט דעם סדר החומש סעודה, און דער רבי האט


ככלות השבעה: האד' מסקווירא ביים עלי' לציון פונעם שוועסטער הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא ע"ה
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ניסן ב,JDN פאראפענעם וואך לסיום ימי השבעה נאך די פטירה הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע''ה, איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויסגעפארן צום ציון אויפן בית החיים הר השלום אין עירמאנט אינאיינעם מיט די משפחת המלוכה. מען האט געזאגט די טשערנאבילער קאפיטלעך כנהוג און דערנאך האט מען געזאגט אנא בכח און געמאכט די הקפות ארום דעם ציון ווי איינגעפירט.


האד' מזידיטשוב חרדים וועט זיך קובע מקום זיין אין עיה"ק צפת; מסיבת פרידה קומט פאר דעם מוצאי שבת אין וומסב"ג
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש וועט אין וויליאמסבורג אפגעראכטן ווערן א "מסיבת פרידה" לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-חרדים שליט"א, וועלכער וועט אין די קומענדיגע טעג פארלאזן ניו יארק אויפ'ן וועג קיין ארץ הקודש, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך באזעצן אין עיה"ק צפת, ממשיך זיין בעבודת הקודש באוירא דארץ ישראל מחכים. דער זידיטשוב-חרדים רבי, הרה"צ רבי משה לאבין שליט"א, איז נודע בשערים אלס איינער פון די חשוב'ע אדמורי"ם אין וויליאמסבורג, וואו ד


אין לשכוח: געהויבענער שבת קודש בצל האד' מטאהש אין טאהשער ישיבה גדולה אין טשעסטער ניו יארק
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין תלמידי ישיבה גדולה טאהש, אין טשעסטער ניו יארק - בגלילות קרית יואל, האבן זוכה געווען צו מיטלעבן א געהויבענע שבת קודש בצל רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ארויסגעקומען פראווענען דעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, לקראת די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק ר' משולם פייש (הראשון) מטאהש זי"ע. דאס איז געקומען דערנאך וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין רצון זייענדיג אין ישיבה גדולה פארלאפע


חדש ימינו כקדם: אלטן וויענער בית הכנסת באנייעט ביי וועכענטליכע שיעור דורך האד' מוויען
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי וויען האבן פארלאפענעם ליל שישי בהעלותך מיט גרויס התרגשות באנייעט דעם נייעם היכל הביהמ"ד פונעם נאסטאלגישע וויענער בית הכנסת אויף די 50'סטע גאס אין בארא פארק, ביים וועכנטליגן שיעור פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א. ווי שוין ברייט באריכטערט איז מיט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה אז נאך יארן וואס דער וויענער קהילה האט זיך באנוצט מיט א געדינגענע לאקאל איז געלאזט געווארן אין גאנג א פראיעקט מיטן


בארא פארק: הערליכע מעמד החומש סעודה פאר ילדי ת"ת באבוב - לינדען פארגעקומען אין באבובער הויף
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די גרויסער סוכה שע"י ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן די מעמד החומש סעודה פאר די ילדי כתה א' תלמידי מוסדות באבוב אין שטאט לינדען, די מעמד איז מיגטהאלטן געווארן דורך די עלטערן הורי המוסדות, די זיידעס, און די ילדי התלמוד תורה פון די עלטערע כיתות. באלד ביים אנהייב פונעם חומש סעודה, נאכן פתיחת המעמד דורך דער מנהל הרב בן ציון משה יאיר וויינשטאק, האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני קדשו פון די נשיא


נגידי סערט וויזניץ מיטגעהאלטן גייסטרייכע "מסע השותפים" מיט האד' מסערט וויזניץ בהררי ציון וירושלים
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער נדיבים און תומכי מוסדות סערט וויזניץ האבן פארגאנגענעם וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע "מסע השותפים" דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, בהררי ציון וירושלים. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכמיטאג ווען דער ציבור נגידים ותומכים זענען ארויסגעפארן צום פראכטפולן "בית האלה" האטעל אין די גלילות פון ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט באלד ביים אנקומען געזעגענט די שותפים מיט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט יעדן באזונדער, להפקד בדב


זכות אבות לא ת"ם: הייליגע מאמענטן ביי האד' מסאטמאר ביים אנטון ירושה תפילין פון זקינו הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש הייליגע און רירנדע מאמענטן האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך בחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאך תפלת שחרית, ביים אנטון צום ערשטן מאל די הייליגע תפילין דרבינו תם, פון זקינו הרה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, וואס איז ווי ברייט באריכטעט געפאלן לגורלו פונעם רבי'ן שליט"א ביי די היסטארישע גורל וחלוקת הירושה בחצר הקודש סאטמאר. א מחזה הוד קודש איז געווען ווען דער רבי האט ארויסגענומען מיט אן אויסטערלישע חביבות די הייליגע תפילין, און


מוסדות ראחמיסטריווקא לעיקוואד געשלאסן מקח אויף גיגאנטישע שטח פארן תלמוד תורה "זכר יוחנן ראחמיסטריווקא"
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שטורמישע רגשי שבח והודיה האבן חסידי ראחמיסטריווקא לעיקוואד אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז נאך לאנגע חדשים הארעוואניע, דמים תרתי משמע, האט מען נארוואס באוויזן צו שליסן מקח פאר א נייעם ריזיגן שטח ורחב ידים, אויף די פראספעקט גאס אין לעיקוואד, אויף וועלכן עס וועט אי"ה אויפגעבויעט ווערן דער נייער פרעכטיגער אכסניא של תורה פארן "תלמוד תורה זכר יוחנן ראחמיסטריווקא" בנשיאות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א. די ראחמיסטריווקא תל


צדיקי ירושלים נועדו: היסטארישע אסיפה להצלת מבצר הכוללים עטה"ק פארגעקומען במעונו פון ראש הישיבה הגרי"ד טורטשין
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט:שמואל דריי/מ.א. נוימאן א היסטארישע כינוס לצדיקים האט נעכטן צונויפגענומען די צדיקי וזקני ירושלים, גדולי האדמור"ים פונעם ישוב הישן, במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א אויף רחוב הושע אין ירושלים. די אסיפה איז געווען געווידמעט לחיזוק וביסוס די בארימטע כולל־נעץ "ממלכת מבצר הכוללים על טהרת הקודש", מיסודו פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל "שערי טוביה", און שטייט כיום בנשיאותו פונעם ראש הישיבה


התחלת כתיבת ספר תורה לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסער ציבור האט דעם ליל שישי העעל"ט מיטגעהאלטן דעם מעמד נשגב פון "התחלת כתיבת ספר תורה", פון די נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, דורך די חסידים וחברי ק"ק ליסקא אין בארא פארק. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינעם איצטיגן צייטווייליגן ליסקער ביהמ"ד אויף די 50'סטע סטריט אין בארא פארק, אין צייט וואס ביים ליסקער ביהמ"ד גייט ווייטער אן די מלאכת הבני' פון איבערבויען און פארגרעסערן דעם ביהמ"ד. דער מ


שמחת התורה איבער בית שמש'ע גאסן ביי הכנס"ת אריינגעגעבן צום ביהמ"ד סערט וויזניץ אין נייעם ישוב רמה ד'
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך הונדערטער חסידי סערט וויזניץ, און תושבי עיר התורה והחסידות בית שמש בפרט זענען נאך אונטער די טיפע רושם נאכן גרויסארטיגן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס פראכט אין די בליענדע ישוב רמה ד' אין שטאט. א הכנסת ספר תורה איז שטענדיג א שמחה'דיגע מאורע, אבער דאס מאל האט די מעמד פארמאגט א באזונדערע באדייט, ווען עס איז געפייערט געווארן די וואונדערליכע הרחבת גבולי הקדושה אין די סערט ווזניצער קהי


געהויבענער מעמד "הנחת אבן הפינה" פארן נייעם בנין ישיבה גדולה טאהש אין טשעסטער - ניו יארק
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז האט ארומגענומען די ווענט פון ישיבה גדולה תורה משולם פייש ד'טאהש אין טשעסטער ניו יארק, ווען עס איז געפייערט געווארן דער היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר, וועלכער וועט בעזרת השם דינען אלס אכסניא של תורה פאר די הונדערטער בחורים מצוינים. דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם ערב שבת קודש בהעלותך, אלס הכנה צום געהויבענעם שבת קודש וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א


צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל בצל בנו האד' מראחמיסטריווקא
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג כ''ב סיון איז אפגעצייכנט געווארן ביי חסידי ראחמיסטריווקא די צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצוק"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. מוצאי שבת בליל ההילולא אום 2:30 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו מעריב בהתלהבות דקדושה כדרכו, נאך מעריב האט


האד' מחוג חתם סופר מיטגעהאלטן געריכטליכטע פראצעס פון אייניקל אין מיליטערישע טורמע נומער 10
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש א ספעציעלע קידוש שם שמים האט היינט ארויסגעשיינט ביי איינער פון די הירינגס אינעם ציוניסטישן געריכט אין די מיליטערישע טורמע נוממער 10, ווען כ"ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א איז בכבודו ובעצמו אנגעקומען מיטהאלטן דעם געריכט פראצעס פון זיין אייניקל האברך החשוב הרב משה מרדכי ווייס שליט"א וואס איז איינגעזעצט געווארן אינאיינעם מיט נאך חשובע אינגעלייט בני תורה פארן איינציגן זינד פון זיך נישט שטעלן אינעם מיליטער. דער רבי איז אריינגעלאזט געוו


עורו נא התעוררי נא: מצב הבריאות פון האד' מהארדענקא - קריטיש
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל ווערט גערופן מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פון האי גאון וצדיק מגדולי עמודי החסד בדורינו כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער וועלכע געפונט זיך אין א קריטישן געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז דעם אנהייב זומער אפגעפירט געווארן צו א שפיטאל אין שווייץ לצורכי רפואה, וואו ער איז היינט אריבער אן עמערדזשענסי אפעראציע דארט א


ירושלים: האד' מאמשינוב באשיינט שמחת השבע ברכות לרגל השמחה במעונו פון גיסו האד' מקוזמיר
מוצאי שב"ק פ' שלח • כ''ח סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען זיך משתתף זיין ביים שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביים שוואגער כ''ק האדמו''ר מקוזמיר שליט"א און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א וואס איז פארגעוקמען אין די זאלן פון סטריקובער ביהמ"ד אין ירושלים. דער רבי האט מיטגעהאלטן די שמחה א וויילע און טועם געווען לחיים. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און געטאנצן באזונדער מיטן חתן און דערנאך א מחול לצדיקים מיט


bottom of page
