הערליכע חומש סעודה געפראוועט אין תלמוד תורה באבוב 45 מאנסי
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי לרגל די חומש סעודה פון די כיתה א' קינדער אין תלמוד תורה באבוב 45 מאנסי. ביים אריינקומען האבן פילע רבנים, די עלטערן און זיידעס שלום גענומען, און דער מנהל הרב מרדכי יואל לייטנער האט מקבל פנים געווען דער רבי שליט"א מיט פאסיגע דברי ברכה, נאך דברי תורה פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 מאנסי שליט"א, האבן די תינוקות של בית רבן פארגעזאגט דעם סדר החומש סעודה, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, שלוס פונעם מעמד האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן און די קינדער זענען אדורך מקבל זיין פירות און א סידור פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 מאנסי שליט"א באגלייט מיט ברכת הקודש פון דער רבי שליט"א.















