top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סאטמאר תושבי לעיקוואד מיטגעהאלטן יומא אריכתא ביי דערהויבענע באזוך פון האד' מסאטמאר בתוככי העיר

  • לפני 19 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך זונטאג העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין לעיקוואד, קומענדיג צו פארן ממעון קדשו אין וויליאמסבורג צו באשיינען די "חומש סעודה" פון די צאן קדשים, די תלמידים פון כתה א' אין מוסדות סאטמאר לעיקוואוד, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול דסאטמאר לעיקוואוד.


דער ביקור קודש האט זיך אנגעהויבן אין די פרימארגן שעה'ן, ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען דאווענען שחרית אין היכל ביהמ"ד אינעם בנין הת"ת. דער רבי האט געלייגט תפלין פאר עטליכע בר מצוה בחורים און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען צוזאמען מיט די ילדי הת"ת פון די עלטערע כתות מיט זייערע מלמדים.


נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארום אין אלע כתות זיך אומקוקן בפרטיות אויף די צאן קדשים, וואו דער רבי שליט"א האט געשאפט גרויס הנאה און געהערט א ווארימען באריכט פון די חשוב'ע מלמדים.


דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעפארן אויף פת שחרית צו דער אכסניא בבית גיסו הגה"צ גאב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד שליט"א, וואו ער האט עוסק געווען בלימודיו פאר א וויילע.


פון דארט איז דער רבי שליט"א צוריק צום בנין הבית רחל וואו די צאן קדשים האבן אפגעווארט אין דעם באנייטן "אהבת יונתן" זאל. די גרעסערע קינדער זענען געווען פארזאמלט כשתילי זית סביב און האבן געזונגען ווארימע ניגונים לכבודו פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט דערנאך געטרונקען לחיים און געוואונטשן אלע חשוב'ע מלמדים ומחנכים.


צו באגריסן דעם רבי'ן שליט"א האט אויפגעטרעטן דער מנהל רוחני הרה"ג ר' שלום עוזר שפיץ שליט"א, מנהל אין ת"ת און בית רחל און א פלאמעניק פון רבי'ן וועלכער האט ארויסגעברענגט ווי דער רבי שליט"א גיט זיך אזוי שטארק אוועק פאר'ן תועלת פון די צאן קדשים און די ריינע המשכת הדורות, אונטערשטרייכנדיג דעם געוואלדיגן כח וואס גייט אריין אינעם חינוך פון די צאן קדשים. דאן האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי הדרכה וחיזוק צו די צאן קדשים. אלע קינדער זענען דערנאך אריבער געבן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און אפגענומען ברכת הקודש און א מטבע לשמירה והצלחה.


דאן איז מען צוגעגאנגען צום הויכפונקט פונעם טאג, דער געהויבענער חומש סעודה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול אין לעיקוואוד.


די חשוב'ע קינדער האבן נאכגעזאגט דעם גאנצן סדר הלימודים פון ויקרא כנהוג בתפוצות ישראל, און דאן געזונגען ווארימע ניגונים. דער מנהל רוחני, הרה"ג ר' אלחנן מאסקאוויטש שליט"א, האט באגריסט דעם רבי'ן שליט"א בהדרת כבוד און אויך באגריסט די חשוב'ע עלטערן און זיידעס.


דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען גאר ווארעמע דברי הדרכה וחיזוק, און בסיום דבריו שטארק משבח געווען די מלמדים און געוואונטשן ברכותיו הטהורות פאר אלע עלטערן, זיידעס און עלטער זיידעס מקרוב ומרחוק.


נאך די דברות קודש האבן אלע קינדער געהאט די זכי' אדורכצוגיין דעם רבי'ן שליט"א אפנעמען א תהלים און א ווארימע ברכה פון רבי'ן. דערנאך האט דער רבי שליט"א געגעבן לחיים פאר די עלטערן און זיידעס.


נאכן חומש סעודה האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין די מעיפלוואוד געגנט פון שכונת סאטמאר וועלכע בליעט מיט צענדליגער סאטמארע משפחות, און דער פראכטיגער בנין הביהמ"ד דקהל יטב לב וועלכע ווערט אצינד אויפגעבויט לשם ולתפארה.


קודם איז דער רבי שליט"א אריבער צו דעם פרעזידענטשאל עסטעיטס געגנט אין לעיקוואוד, אויף א באזוך בבית הרבני הנגיד ר' יעקב שטערן הי"ו, וועלכער האט מנדב געווען א שיינעם סכום אפקויפנדיג א זכות אין בנין הביהמ"ד החדש אין שכונת מעיפלוואוד, וועלכע איז נאענט צו דעם פרעזידענטשאל געגנט. 


דער רבי האט ווארים ארומגעשמועסט מיט'ן נדיב און די ארומיגע איבער זיין קשר צו צדיקי בית סיגוט וסאטמאר, דערנאך פארברענגט פריוואט מיט'ן נדיב הי"ו און זיינע בני המשפחה און זיי אנגעוואונטשן בכל הברכות.


דאן איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום נייעם סאטמארע ביהמ"ד אינעם "מעיפלוואודס" געגנט, וואו די חברי ועד קרן הבנין האבן ארומגעוויזן די גאר שנעלע פארשריט וואס מ'האט געמאכט אין די לעצטע פאר חדשים, און דער רבי האט ווארים אנגעוואונטשן די עסקנים וועלכע זענען עומד על המשמר לנצח על מלאכת בית ה'.



bottom of page