top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכות אבות לא ת"ם: הייליגע מאמענטן ביי האד' מסאטמאר ביים אנטון ירושה תפילין פון זקינו הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

הייליגע און רירנדע מאמענטן האט זיך אפגעשפילט פאריגע וואך בחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאך תפלת שחרית, ביים אנטון צום ערשטן מאל די הייליגע תפילין דרבינו תם, פון זקינו הרה"ק בעל קדושת יו"ט מסיגוט זי"ע, וואס איז ווי ברייט באריכטעט געפאלן לגורלו פונעם רבי'ן שליט"א ביי די היסטארישע גורל וחלוקת הירושה בחצר הקודש סאטמאר.


א מחזה הוד קודש איז געווען ווען דער רבי האט ארויסגענומען מיט אן אויסטערלישע חביבות די הייליגע תפילין, און האט דאס לובש צום ערשטן מאל בדחילו ורחימו, און ס'איז געווען קענטיג א פארכטיגע התרגשות דורכאויס די גאנצע צייט ווען דער רבי האט געלייגט און אנגעהאט די הייליגע תפילין.


די תפילין איז צוריקגעברענגט געווארן צו די יורשי דאורייתא פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע דעם פארלאפענעם יום ל"ג בעומר, און איז אין די טעג דערנאך געווארן איבערגעקוקט דורכ'ן סופר מומחה אין קרית יואל הרב שאול לייב זאלדאן מוותיקי חסידי סאטמאר, וועלכער האט באשטעטיגט אז די אויטענטישקייט, אז דאס איז טאקע די תפילין פונעם קדושת יו"ט.


נאכ'ן גורל, ווען די תפילין איז אויסגעפאלן לגורל צדיק, פונעם רבי'ן שליט"א, האט מען ווידער איבערגעגעבן די תפילין צו פאררעכטן ביים סופר הרב שאול לייב זאלדאן, וועלכער האט דורכגעפירט א פרישע גרינטליכע בדיקה, און עס גרייט געמאכט מיט אלע הידורים און תיקונים נאים עס צו מאכן גרייט להיות עטרה לראש צדיק, דער רבי שליט"א.


טראץ וואס געווענליך טוט דער רבי אן די תפילין דרבינו תם פריוואט אין צימער איז אבער דעם זונטאג ראש חודש געווען א געלעגנהייט פאר די תלמידי המתיתבא אין קרית יואל צו זעהן די היסטארישע פאר תפילין ווען דער רבי שליט"א האט דערמיט יורד געווען לפני התיבה צו הלל לכבוד ראש חודש, כמנהגו אנצוטון די רבינו תם תפילין בעפאר אמירת הלל.

bottom of page