top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מזידיטשוב חרדים וועט זיך קובע מקום זיין אין עיה"ק צפת; מסיבת פרידה קומט פאר דעם מוצאי שבת אין וומסב"ג

  • 17 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש וועט אין וויליאמסבורג אפגעראכטן ווערן א "מסיבת פרידה" לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-חרדים שליט"א, וועלכער וועט אין די קומענדיגע טעג פארלאזן ניו יארק אויפ'ן וועג קיין ארץ הקודש, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך באזעצן אין עיה"ק צפת, ממשיך זיין בעבודת הקודש באוירא דארץ ישראל מחכים.


דער זידיטשוב-חרדים רבי, הרה"צ רבי משה לאבין שליט"א, איז נודע בשערים אלס איינער פון די חשוב'ע אדמורי"ם אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א האט פילע יארן געדינט אלס רב ביהמ"ד חרדים, און נאך'ן הסתלקות פון אביו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב זצ"ל, ממשיך געווען בהנהגת העדה בדרך אבותיו הקדושים. שוין לענגערע יארן וואס דער רבי האט משתוקק געווען צו פארן וואוינען קיין ארץ ישראל און אצינד גרייט זיך דער רבי שליט"א צו באזעצן אין צפת.


לרגל המאורע וועט אפגעראכטן ווערן דער מסיבת פרידה, ביי וועלכן מ'וועט זיך געזעגענען פונעם רבי'ן שליט"א איידער'ן זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין ארץ הקודש.


דער מעמד וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דעם מוצאי שבת קודש אין באלחובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, בית מדרשו פון אחיו כ"ק אדמו"ר מבאלחוב שליט"א, און וועט געפראוועט ווערן צוזאמען מיט די סעודת הילולא פונעם ראש השושלת, דער שר בית הזוהר הרה,ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי"ע בעל עטרת צבי, וואס געפאלט אויס יענעם אויפדערנאכט, ליל י"א תמוז.


דערביי וועט מען הערן דברות קודש און סיפורי צדיקים פונעם רבי'ן שליט"א, און עס איז ערווארטעט א גרויסער ציבור ידידים ומעריצים צו קומען מקבל זיין ברכת פרידה פונעם רבי'ן שליט"א.



תגובות


bottom of page