top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נגידי סערט וויזניץ מיטגעהאלטן גייסטרייכע "מסע השותפים" מיט האד' מסערט וויזניץ בהררי ציון וירושלים

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער נדיבים און תומכי מוסדות סערט וויזניץ האבן פארגאנגענעם וואך מיטגעהאלטן די געהויבענע "מסע השותפים" דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, בהררי ציון וירושלים. 


די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכמיטאג ווען דער ציבור נגידים ותומכים זענען ארויסגעפארן צום פראכטפולן "בית האלה" האטעל אין די גלילות פון ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט באלד ביים אנקומען געזעגענט די שותפים מיט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט יעדן באזונדער, להפקד בדבר ישועה ורחמים.


שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען די צענטראלע וועידת השותפים אינעם זאל פון האטעל, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א א רייכער און תוכנ'פולער פראגראם אנגעפירט דורך הרה"ח ר' משה הערש שטערן, מראשי המשוררים בחצר הקודש וויזניץ, אינאיינעם מיט די חברי המשוררים בחצר הקודש סערט וויזניץ, ביי וועלכן עס זענען אויסגעשמועסט געווארן די ניגוני קודש פון די צדיקי השושלת, אנהייבנדיג פון הרה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד זי"ע ביז צום סבא קדישא דער הייליגער "אהבת ישראל" זי"ע, סיי ניגונים וואס די רבי'ס האבן אליין פארפאסט און סיי ניגונים וואס די חסידים פון יענע תקופות האבן ארויסגעגעבן. 


דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן פראגראם מיט גרויס הנאה, און דערנאך משמיע געווען דברי אלוקים חיים בשבחם פון די תומכי תורה, וואו דער רבי האט בתוך דבריו דערמאנט די שווערע גזירות על הדת, און רדיפות הן קעגן די לומדי תורה אין ארץ ישראל און אויך קעגן די מחזיקי ותומכי תורה, און אנגעוואונטשן מברכות קדשו מזאל פויעל'ן אלעס גוטס להיוושע בכל מילי דמיטב. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע שותפים אריבער אל מול פני הקודש וואו דער רבי האט פאר יעדן פארטיילט א פלאש וויין לשמירה והצלחה.


דער מארגנדיגער טאג דאנערשטאג האט זיך אנגעהויבן מיט א ווארימע תפילת שחרית ברוב עם אינעם האטעל אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, נאכ'ן דאווענען האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען די שותפים פאר א לענגערע צייט. אין די מיטאג שעהן איז מען אנגעקומען צום עיר האבות חברון, וואו מען האט געדאווענט מנחה ביי די קברי אבות אינעם מערת המכפלה מיט א ספעציעלע התעוררות און געזאגט מזמורי תהילים. 


דער הויכפונקט איז געווען ווען דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן פארזאגן די "ברכת אבות" אויפן נוסח ימים נוראים, פארגיסנדיג טייכן טרערן מיט אן אומבאשרייבליכע השתפכות הנפש. די התעוררות איז געשטיגן ווען מען האט געזינגען די ניגונים "חמול" און "עוד יזכור", וואס דער רבי אליין האט פארגעזינגען "חזן וקהל", ויהי המקום לחרדת אלוקים. נאך א תפילה חרישית ביי די מצבות פונעם אבות ואמהות לישועתן של ישראל, האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה. 


פון דארט האט מען ממשיך געווען צום קבר רחל אמנו אין בית לחם, וואו מען האט געזאגט די ט"ו שיר המעלות און געזינגען ניגוני התעוררות, מיט וואס עס איז געשלאסן געווארן די געהויבענע נסיעה אהיימפארנדיג מיט געהויבענע געמיטער און פארזיכערטע הערצער צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.



bottom of page