top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מחוג חתם סופר מיטגעהאלטן געריכטליכטע פראצעס פון אייניקל אין מיליטערישע טורמע נומער10

  • לפני 55 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א ספעציעלע קידוש שם שמים האט היינט ארויסגעשיינט ביי איינער פון די הירינגס אינעם ציוניסטישן געריכט אין די מיליטערישע טורמע נוממער 10, ווען כ"ק אדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א איז בכבודו ובעצמו אנגעקומען מיטהאלטן דעם געריכט פראצעס פון זיין אייניקל האברך החשוב הרב משה מרדכי ווייס שליט"א וואס איז איינגעזעצט געווארן אינאיינעם מיט נאך חשובע אינגעלייט בני תורה פארן איינציגן זינד פון זיך נישט שטעלן אינעם מיליטער.


דער רבי איז אריינגעלאזט געווארן צום הירינג אינאיינעם מיט א צאל עסקנים וועלכע האבן פרובירט צו שתד'לן פאר דעם באפרייאונג פון די יונגערמאן. נאכן הירינג אין געריכט האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען זיין אייניקל דער אסיר ציון מיט טרעפליכע דברי חיזוק ועידוד איבער די זכי' צו שמאכטן אין תפיסה פאר כבוד שמים. באזונדער האט דער רבי מחזק געווען די אנדערע היימישע אינגעלייט און זייערע משפחות וועלכע זענען אנוועזנד געווען ביים הירינג.



bottom of page