top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התחלת כתיבת ספר תורה לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גרויסער ציבור האט דעם ליל שישי העעל"ט מיטגעהאלטן דעם מעמד נשגב פון "התחלת כתיבת ספר תורה", פון די נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, דורך די חסידים וחברי ק"ק ליסקא אין בארא פארק.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינעם איצטיגן צייטווייליגן ליסקער ביהמ"ד אויף די 50'סטע סטריט אין בארא פארק, אין צייט וואס ביים ליסקער ביהמ"ד גייט ווייטער אן די מלאכת הבני' פון איבערבויען און פארגרעסערן דעם ביהמ"ד.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן בראשות דעם גרויסן בעל שמחה, כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער האט גלייך נאך תפלת מעריב אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אין די נייע ספר תורה,און דאן מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים ואנשים חשובים.


דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד השמחה, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, און מעורר ומחזק געווען דעם ציבור איבער די גרויסע זכות פון כתיבת ספר תורה. באזונדער האבן אויפגעטרעטן דעם רבינס ברודער הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א, הרה"ג ר' שמשון ציננער שליט"א רב הצעיר דקהל נטעי גבריאל זון פון הגה"צ אבד"ק נטעי גבריאל שליט"א, און דער סופר הרה"ג ר' נפתלי לענטשעווסקי שליט"א.



תגובות


bottom of page