top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סאטמאר ארה"ק אונטער רושם פון לעכטיגן "שבת זכרו" אין עיה"ק צפת מיט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א

  • לפני 24 שעות
  • זמן קריאה 5 דקות

מיטוואך פ' קרח • ב' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק זענען נאך אונטער'ן רושם פונעם גאר געהויבענעם און גייסטרייכן שבת קודש "שבת זכרו", וועלכע איז אפגעראכטן געווארן בתוך אמוני עם סגולה אין עיה"ק צפת ת"ו, אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל דער חגיגה הגדולה פון "סיום והתחלת חצי הש"ס" דורך כל קהלא קדישא אין ראם פון חבורת זכרו בארה"ק.


דער רב שליט"א איז אנגעקומען קיין עיה"ק צפת ת"ו אין די שפעטע נאכט שעה'ן פון ליל ששי, און אויפצומארגנס ארום 7 אזייגער איז דער רב שליט"א ארויס צום אלטן בית החיים אין שטאט פוקד צו זיין די ציונים הק' פון די צדיקי הדורות, מאורי ישראל, אשר מפיהם אנו חיים. צווישן אנדערע האט דער רב פוקד געווען די ציונים הק' פונעם אר"י הק', בית יוסף, רמ"ק, אלשיך הק', בת עין, באר מים חיים, און נאך, ווי מ'האט געצונדן ליכט און געזאגט פרקי תהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.


א ספעציעלע התעוררות האט געהערשט ביים פוקד זיין דעם ציון פון זקינו הגה"ק טאלטשאווער רב זצוק"ל, וואו מ'האט געזאגט קאפיטל קי"ט און שיר המעלות מיט גרויס התעוררות.


א קורצע וויילע דערויף איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד אינערהאלב דעם "תומר דבורה" קאמפלעקס, וואו דער רב האט געדאוונט אינאיינעם מיט די צענדליגער עסקנים וועלכע האבן זיך געפונען אויפ'ן ארט צוצוגרייטן דעם גרויסן שבת.


אנגעהויבן פון די צופרי שעה'ן האט זיך שוין אנגעפאנגען דער מאסן צוזאמענפאר פון צענדליגער באסעס מכל רחבי ארה"ק וועלכע האבן געברענגט דעם ריזיגן ציבור מכל מקומות מושבותיהם, קיין עיה"ק צפת, מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז צוגעשטעלט געווארן טועמיה מיט א ברייטקייט אין עס-זאל פונעם קאמפלעקס, אויך איז איינגערישט געווארן א לופטיגער "היכל התורה" מיט ספעציעלע קונטרסים און ספרי חסידות אויף דער פרשת השבוע.


ארום 5 אזייגער, צוויי שעה בעפאר דעם זמן פון הדלקת הנרות, האט מען זיך פארזאמלט אינעם היכל "שמחת התורה", וועלכע איז איינגערישט געווארן מיט הונדערטער זיץ פלעצער און הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף דריי זייטן פאר די אברכים, בחורי חמד, און ילדי התשב"ר.


ביים מעמד איז אויך פארגעקומען דער סיום הש"ס, געלערנט דורך די כולל יטב לב דסאטמאר ירושלים, לי"נ הרבני החסיד ר' הערשל קעסטנבוים ז"ל, וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום, ווען דער מעמד איז מוקדש געווארן לזכרו "נחלת צבי" נדבת בנו הדגול, הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר קעסטנבוים שליט"א, נשיא כוללי דמשק אליעזר.


די משוררים האבן געזונגען ווארימע ניגוני דביקות והתעוררות, צום התרגשות'דיגן מאמענט, ווען כל הקהל הקודש גרייטן זיך אנצוהייבן מסכת בבא קמא בכח הרבים.


דער רב האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים און דערביי איבערגעגעבן א פערזענליכן ווינטש בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מריחוק מקום וקירוב הלב, לרגל דעם גרויסן שבת.


ספעציעל האט דער רב ארויסגעברענגט לזכרו פון הרה"ח ר' הערשל קעסטנבוים ז"ל, וואס דער מעמד איז מוקדש לעילוי נשמתו, דורך בנו יקירו הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר קעסטנבוים שליט"א, וואס גייט שוין אן לאנגע יארן מיט זיין ברייטהארציגע תמיכה פאר די צענדליגער לומדים וועלכע פארהערן זיך אויף די לימודי החבורה מדי חודש בחדשו.


מיט א הערליכע דרשה האט דאן אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' הילל יואל קעפעטש שליט"א, וואס האט נאכגעפאלגט מיט קונסטליכע דברי חרוזין דורך דעם בדחנא דמלכא הרה"ג ר' אלעזר קליין שליט"א מגי"ש בחבורת זכרו אין קרית יואל, וואס האט דערנאך פארגעלערנט די ערשטע משנה אין מסכת בבא קמא, ווען דער גאנצער ציבור פאנגט אן אינאיינעם מסכת בבא קמא בכח הרבים.


געציילטע מינוטן בעפאר ליכט צינדן האט דער ציבור זיך צעשפרייט צום געזאנג פון ניגוני שבת, זיך גרייטנדיג מיט די לעצטע הכנות לקראת שבת מלכתא בעיה"ק צפת. דער רב שליט"א איז אריבערגעפארן צום היכל הסעודות, דארט אנגעצונדן די שבת ליכט און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור.


די תפילות שבת זענען געפראוועט געווארן אינעם גרויסן היכל בית המדרש אין דער "יפה נוף" געגנט, וועלכע איז ספעציעל איינגערישט געווארן מיט אלע נויטיגע צוגעהערן און אריבער טויזנט זיץ פלעצער, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת.


דער רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה מיט גרויס התעוררות, און מיט קבלת שבת איז מכובד געווארן דער אורח הכבוד, הנגיד מוה"ר מנחם מארקאוויטש שליט"א פון מאנסי. נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור דורכגעגאנגען זאגן גוט שבת פאר'ן רב, וואס האט גענומען א לענגערע צייט.


דאן איז דער גאנצער ציבור אראפ צום אונטערשטן שטאק צום היכל הסעודות. די בחורי חמד האבן געגעסן די סעודה אויבן אין ביהמ"ד און דערנאך אראפגעקומען מיטהאלטן די סעודה מיט'ן רב. פאר די ילדי תשב"ר איז צוגעשטעלט געווארן די סעודות מיט א באזונדערע פראגראם.


די סעודה האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות. אינצווישן האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר מאסקאוויטש שליט"א, ר"מ ומשפיע בישיבה גדולה יטב לב דסאטמאר – קוממיות.


אין לויף פון דער סעודה האט דער רב משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן זמן ווען אזא גרויסער ציבור ערליכע אידן, נעמען זיך צוזאם אפצורעכטן אינאיינעם דעם שבת בשמחת התורה. דער רב האט ארויסגעברענגט די מעלה פון תורה דרבים, וואס די כוחות הקדושה דאפלען זיך אן א שיעור, און איבער דעם חוב וואס ליגט אויפ'ן ציבור צו פארזיכערן אז יעדער האט א קביעות עתים לתורה.


וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, שבת אינדערפרי צום דאווענען האט זיך ווידער פארזאמלט דער גאנצער ציבור אין היכל הביהמ"ד מיטצוהאלטן די תפילות ברוב עם.


די עליות און כיבודים זענען פארטיילט געווארן פאר די בעלי שמחה און הרבנים הגאונים שליט"א פון אלע סאטמארער קהלות אין ארה"ק. אויך האט עולה געווען הנגיד ר' מנחם מארקאוויטש שליט"א, וואס האט גע'שנדר'ט א פאנטאסטישע סומע פאר'ן שבת.


נאך'ן דאווענען איז פארגעקומען צוויי ברית'ן, וואו דער רב איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, נאכגעפאלגט מיט א קידושא רבא.


אין די שפעטע מיטאג שטונדן האט דער רב שליט"א זיך געוואשן אינעם היכל הסעודות צו דער סעודתא דעתיקא קדישא, צוזאמען מיט'ן גאנצן ציבור ברוב עם הדרת מלך. כמעשהו בראשונה איז די סעודה אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרוממות בזמירות שירות ותשבחות. אויך האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ג ר' דוד שבתי קליין שליט"א, לאנגיעריגער מגי"ש אין ביהמ"ד אהל רחל ד'סאטמאר, אין ראם פון חבורת זכרו, און פון הרה"ג ר' הילל יואל קעפעטש שליט"א.


מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרבני הנגיד ר' מנחם מארקאוויטש שליט"א. שלש סעודות האט דער רב שליט"א געפראוועט מיט גרויס התעוררות אינעם גרויסן היכל אין דער "תומר דבורה" קאמפלעקס.


במוצאי יום גילה נאך מעריב האט דער רב שליט"א מבדיל געווען על הכוס. דאן איז געווען דער קלימאקס פונעם שבת, דער מעמד "שמחת התורה", ווען די משוררים האבן אויסגעבראכן אין פייערליכע געזאנגען, און דער גאנצער ציבור האט זיך געהויבן אין דער לופטן בשיר ושבחה צום נותן התורה.


פאר א לענגערע צייט האבן אנגעהאלטן די ריקודי קודש בעוז ותעצומות. דאן האט מען ווידעראמאל געהערט די הערליכע גראמען פון מוה"ר אלעזר קליין הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט די הרגשים וואס גיסן זיך איבער ביי כל בני קהלא קדישא הדין מיטלעבנדיג אזעלכע דערהויבענע מאמענטן, דער לעכטיגער שב"ק, און חגיגת סיום והתחלת חצי הש"ס בצוותא חדא.


דערנאך האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די ווערטער פונעם אורח הכבוד הנגיד מוה"ר מנחם מארקאוויטש שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט מיט באגייסטערונג זיינע געפילן מיטלעבנדיג אזא געהויבענעם שבת מיט די בני ציון היקרים וואס גייען אן מיט א שטארקייט אויף די אויסגעטראטענע וועגן המסורה לנו מדור דור.


דער רב האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דיבורים לקראת דעם סיום המסכת, ארויסברענגענדיג דעם נחת רוח וואס דער באשעפער האט ווען אידישע קינדער זענען עוסק בתורה, וואס איז חשוב'ער און העכער פון אלעם.


דאן האט דער ציבור אנטפאנגען כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא צפת שליט"א, וואס איז געקומען באשיינען דעם גרויסן מעמד, און אויפגעטראטן מיט קורצע ברכת קדשו פאר אלע פארזאמלטע.


מיט'ן סיום מסכת קידושין איז נתכבד געווארן הגה"צ רבי משה פאלאק שליט"א, דומ"ץ סאטמאר ירושלים, וואס האט מסיים געווען און געזאגט דעם הדרן, און דאן האט כל הקהל הקודש, זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין, הייבנדיג זיך אין די העכערע ספערן בשמחת התורה פאר לענגערע מינוטן.


עס איז שוין געווען נאענט צו חצות הלילה, ווען דער טשערמאן פונעם שבת מוה"ר ישראל פויגל הי"ו, מרביץ תורה אין ת"ת יטב לב ירושלים, האט איבערגע'חזר'ט און ארויסגעברענגט מיט איינצעלנע ווערטער דעם תכלית פונעם שבת, אז יעדער פון די אריבער טויזנט באטייליגטע פאנגט אן אויפצומארגנס "זונטאג חוקת" מסכת בבא קמא בכח הרבים.


א ריזיגע פלאטע פון באסעס האט אהיימגעפירט דעם ציבור למקומות מושבותיהם, אנגעפולט און אנגעזעטיגט מיט די השפעות און רישומא דקדושא פון די געהויבענע איבערלעבענישן.



bottom of page