top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: הערליכע מעמד החומש סעודה פאר ילדי ת"ת באבוב - לינדען פארגעקומען אין באבובער הויף

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די גרויסער סוכה שע"י ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן די מעמד החומש סעודה פאר די ילדי כתה א' תלמידי מוסדות באבוב אין שטאט לינדען, די מעמד איז מיגטהאלטן געווארן דורך די עלטערן הורי המוסדות, די זיידעס, און די ילדי התלמוד תורה פון די עלטערע כיתות.


באלד ביים אנהייב פונעם חומש סעודה, נאכן פתיחת המעמד דורך דער מנהל הרב בן ציון משה יאיר וויינשטאק, האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני קדשו פון די נשיא המוסדות כ''ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א וועלכער האט מיטגעהאלטן די מעמד במלאו הדרו.


נאכדעם וואס די קינדער האבן פארגעזאגט די פסוקים כנהוג איז געהערט געווארן גראמען דורכן בעל מנגן בחצה"ק באבוב הרב מרדכי וואלף לאנדא הי"ו, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה, ווען עס דערקענט זיך אויפן רבינס געזיכט א התרגשות של שמחה צוזעהנדיג וואו די גאלדענע קייט פון הרבצת תורה וחסידות ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת. נאכן טאנצן האט דער רב שליט"א געטרינקען לחיים, געוואונטשן די עלטערן און זיידעס און געגעבן לחיים פאר די עסקנים און מלמדים, צום שלוס זענען אלע קינדער דורך אל מול פני הקודש און דער רבי שליט''א האט פארטיילט א חומש פאר יעדער פון די קינדער באזונדער.



bottom of page