top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת התורה איבער בית שמש'ע גאסן ביי הכנס"ת אריינגעגעבן צום ביהמ"ד סערט וויזניץ אין נייעם ישוב רמה ד'

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

הונדערטער חסידי סערט וויזניץ, און תושבי עיר התורה והחסידות בית שמש בפרט זענען נאך אונטער די טיפע רושם נאכן גרויסארטיגן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס פראכט אין די בליענדע ישוב רמה ד' אין שטאט.


א הכנסת ספר תורה איז שטענדיג א שמחה'דיגע מאורע, אבער דאס מאל האט די מעמד פארמאגט א באזונדערע באדייט, ווען עס איז געפייערט געווארן די וואונדערליכע הרחבת גבולי הקדושה אין די סערט ווזניצער קהילה אין בית שמש און דעם וואוקס פון די בליענדע קהילה וואס האט זיך אין גאר א קורצע צייט אנטוויקלט מיט הונדערטער משפחות, און מוסדות התורה והחינוך א תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, תחת הנהגתו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א.


צוליב די חשיבות פונעם מאורע, האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו אז דער מעמד זאל דינען אלס א "זמן קהילה לכל", רופנדיג חסידים פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ הקודש צו קומען עולה רגל זיין קיין בית שמש זיך מיטצופרייען אין זיין פערזענליכע שמחה און די שמחה פון די קהילה.


די גאנצע שכונה איז געווען איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע שטימונג, ווען טויזנטער חסידים, זקנים עם נערים, האבן געשטראמט צום נייעם ישוב אנטיילצונעמען אינעם מעמד לכבודה של תורה.


דער סדר היום האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעה'ן מיט'ן מעמד כתיבת האותיות אינעם ביהמ"ד, וואו די נדבנים משפחת רוטנער הי"ו, צוזאמען מיט חברי הקהילה וועלכע זענען געווען מלובש בבגדי שבת האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצושרייבן אותיות אינעם ספר תורה.


לעת ערב איז דער רבי שליט"א ערשינען בהיכל הבית מדרש וואו די הונדערטער ילדי החמד, תלמידי התלמוד תורה, האבן מקבל פנים געווען מיט פאנען אין די הענט און פאסיגע ניגוני שמחה.


נאכ'ן אריינשרייבן די לעצטע אותיות האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, און נאכן גולל זיין די ספר תורה האט דער רבי געלייגט דעם כתר תורה, און ארויסבאגלייט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר.


נאך א קארצע הפסקה איז דער רבי ארויסגעקומען צום הויפט גאס רח' האמוראים צו באגלייטן בראש התהלוכה, טאנצנדיג מיט'ן ספר תורה אונטערן חופה מיט אן אש קודש און א זעלטענע שמחה.


עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי דער רבי טאנץ צווישן די שורות פון די הונדערטער חסידים לענגאויס די גאסן, און איז מעודד די שירה בעוז ותעצומות, בשעת ווען די גאנצע גאס הילכט אפ מיט ניגוני שמחה והודאה. די תהלוכה האט זיך געצויגן ביז'ן שטח ברחבת בנין התלמוד תורה, וואו עס האבן פארגעזעצט די ריקודין של שמחת התורה, בשעת דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי אינעם בנין התלמוד תורה און דארט געדאוונט מעריב.


ווען דער רבי איז ערשינען צום גרויסן שטח צו די ריקודין האבן די טויזנטער חסידים מקבל געווען דעם רבי'ן מיט'ן ניגון "שאו שערים" מיט גרויס התלהבות. דער רבי האט אפגעראכטן די הקפות ביים בימה מיט'ן נייעם ספר תורה, מיטגעטאנצן מיט די בני משפחת רוטנער פאר א לאנגע צייט, און פארגעזאגט די מזמורים כנהוג פאר'ן אריינלייגן דעם ספר אין ארון הקודש.


דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די שולחן לחיים לגומרה של תורה, וואס האט אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן מיט ריקודין עילאין בשעת דער רבי הייבט אויף דעם ציבור העכער און העכער, טאנצנדיג אויף ניגוני שמחה והודאה, דער רבי האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים און פאר די עסקני הקהילה.



תגובות


bottom of page