top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל בצל בנו האד' מראחמיסטריווקא

  • 14 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם זונטאג כ''ב סיון איז אפגעצייכנט געווארן ביי חסידי ראחמיסטריווקא די צוויי און צוואנציגסטע הילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצוק"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


מוצאי שבת בליל ההילולא אום 2:30 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו מעריב בהתלהבות דקדושה כדרכו, נאך מעריב האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי יעקב וויינגארטן שליט"א בעל מחבר "סידור המפורש" דער קביעות'דיגע חברותא פונעם בעל ההילולא פארצולערנען משניות, און דער רבי האט דערויף געזאגט קדיש.


כחצות היום האט דער רבי זיך געשטעלט דאווענען שחרית, און געדאוונט פארן עמוד. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, פארגעלערנט משניות, און די חסידים זענען דורך וואונטשן לחיים.


שפעטער לעת ערב ביים שקיעה האט דער רבי געדאוונט מנחה פארן עמוד, און דערנאך ארויסגעפארן צום הר הזיתים אינאיינעם מיט פילע חסידים, זקנים עם נערים פון אלע שטעט וועלכע האבן עולה רגל געווען און געקומען מתפלל זיין ביים ציון המצוינת בהאי יומא רבה אינעם אוהל אדמור"י בית ראחמיסטריווקא במרומי הר הזיתים להפקד בדבר ישועה ורחמים.  


דער רבי האט געצינדן די נר תמיד וואס ברענט א גאנץ יאר ביים ציון, און דערנאך פארגעזאגט די טשערנאבילער קאפיטלעך תהילים כנהוג, דערנאך האט דער רבי מנדב געווען צדקה לעילוי נשמתו פאר די קופה פון והחזקת בו פון די קהילה, און פארגעלערנט משניות. נאך קדיש האט דער רבי שופך שיח געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט, נאך גאנצע צוויי און א האלב שעה האט דער רבי פארלאזט הר הזיתים, און דאן געדאווענט מעריב פארן עמוד אין ביהמ"ד, וואו עס האבן זיך נוהג געווען טייל פון צדיקי בית טשערנאביל אום מוצאי יארצייט, אין א בחינה פון קדשים וואו דער לילה איז הולך אחר היום.


בשעה 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען און זיך געוואשן צום סעודת ההילולא רבתי וואו דער רבי האט מעריך געווען שולחנו הטהור אין גרויסן ביהמ"ד באותו מקום וואו דער בעל ההילולא האט אפגעראכטן עבודת קדשו באחרית ימיו.


 צו דער זייט פון רב'ין זענען געזעצן די שוואגערס חתני בעל ההילולא הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמסטריווקא בני ברק און הרה"צ ר' בן ציון ראבינאוויטש שליט"א


במשך דעם טיש האבן פילע חסידים מסיים געווען מסכתות לעילוי נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים מיט ווארימע ברכות בזכותו הגדול של בעל ההילולא. עס איז שוין געווען ארום צוויי אזייגער ביינאכט ווען דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן ניגון בגלל אבות תושיע בנים.



תגובות


bottom of page