top of page
חתנא דבי נשיאה: עצרת הספד אין חצה"ק בוהוש ככלות השבעה צו די פטירה פון הרה"צ ר' חיים דוב האלפרין זצ"ל
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם דינסטאג איז פארגעקומען די צענטראלער עצרת הספד אינעם קלויז הגדול דחסידי בוהוש, ככלות ימי השבעה נאך די הסתלקות לשמי מרום בדמי ימיו פון בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל, רב ביהמ"ד וואסלוי, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א , וואו הונדערטער חסידים האבן זיך פארזאמלט צו באוויינען דעם שווערן בראך וואס האט באטראפן די משפחה הרוממה. בראש המסובים האבן באש


פראכטפולע שבע ברכות און מעמד הכרת הטוב פאר תומכי "אחים לשמחה" דחסידי צאנז ביים שבע ברכות אין רבינס הויף
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין צווישן די שיינע מסיבות שבע ברכות מידי לילה בלילה בחצר הקודש צאנז, איז געווען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם מפעל "אחים לשמחה" בחצר הקודש צאנז, וואס שטייט לימינם פון חתנים וכלות און העלפן מחותנים בעת שמחתם כדי יעדער זאל קענען חתונה מאכן מיט א רואיגקייט. עס האבן מיסב געווען די גרויסע תומכי המפעל וואס האבן זיך יעצט אונטערגענומען פרישע שטיצע, און אזוי אויך פילע געסט פון אויסלאנד וואס א גרויס


הערליכע מעמד סיום מסכת בבא בתרא בקרב ק"ק תולדות אהרן בראשות האד' מתולדות אהרן ורבני הקהילה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN א הערליכער און רייכער מעמד סיום מסכתות אויף די מסכתא "בבא בתרא" איז פארלאפענע וואך פארגעקומען בקרב ק"ק תולדות אהרן, נאכדעם וואס מען האט מסיים געווען די גרויסע מסכתא "בבא בתרא" במסגרת דעם קביעות'דיגן לימוד התורה וואס ווערט געלערנט בצוותא חדא דורך בני הקהילה. דער מעמד איז פארגעקומען אין דעם גרויסן בית המדרש פון תולדות אהרן, וואו ביי שיין געדעקטע טישן איז צוגעשטעלט געווארן א מכובד'יגע סעודה לכבודה ש


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק משכנות הרועים
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן היינט אינדערפרי האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביים שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מחשובי האדמורי"ם פונעם ישוב הישן אין ירושלים. דער רך הנולד איז א זון פונעם רבינ'ס אייניקל, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא זייבאלד שליט"א, א זון פון הרה"צ ר' שלמה צדוק זייבאלד שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד אלטשטאט שליט"א, און איידעם ביים רבינ'ס זון הרה"צ


שוד ושבר: האברך ר' עקיבא ראנד ע"ה מחשובי חסידי טשערנאביל טראגיש פארשינטן אין קאר עקסידענט אין מאלדאווע
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שור ושבר בגבולנו: חסידי טשערנאביל און גאנץ כלל ישראל, זענען טיף אויפגעטרייסלט געווארן מיט'ן ערהאלטן די ביטערע נייעס איבער די טראגישע פטירה פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ע"ה, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז טראגיש פארשניטן געווארן בדמי ימיו נאכן זיין פארמישט אין אן ערנסטע קאר עקסידענט אין דער שטאט קעשענוב, מאלדאווע. די שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אין די צייט וואס א גרויסע פמליא טשערנאבילער חסידים געפונען זיך


האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט אין תלמוד תורה מאחנובקא בעלזא ירושלים לרגל חדר פירן פון אייניקל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN נעכטן פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען בשערי ירושלים עיה"ק, וואו דער רבי האט באזוכט בתוככי המוסדות הקדושים דחסידי מאחנובקא בעלזא בעיר השם שמה. אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום היכל הישיבה גדולה אויף רחוב בר אילן, וואו דער רבי האט געדאווענט א ווערעמע תפילת שחרית מיט די תלמידי הישיבה. פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן צום תלמוד תורה, וואו ער האט זיך באטייליגט ביים מעמד "חדר


עצרת הספד אין חצר הקודש וואסלוי ככלות השבעה פון הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל בן האד' מוואסלוי
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ככלות ימי השבעה נאך די הסתלקות לשמי מרום בדמי ימיו פון בנן של קדושים הרה"צ רבי חיים דוב האלפרין זצ"ל, רב ביהמ"ד וואסלוי, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, זענען אפגעהאלטן געווארן עצרות מספד והתעוררות זיך מחזק זיין נאך די שווערע אבידה שאין לה תמורה וואס האט באטראפן דעם בית המלכות און גאנץ כלל ישראל. די ערשטע עצרת איז פארגעקומען נעכט מאנטאג אוונט אין היכל בית מדרש וואסלוי אין די רמת אהרן


תלמידי "מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר" האלטן מיט א דערהויבענעם שבת "בצל כנפיך" מיט האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב. מיט אויסערגעווענליכן התרגשות האבן די תלמידי המתיבתא תורה ויראה דסאטמאר אין מאנסי מיטגעהאלטן דעם אייגנארטיגן שבת "בצל כנפיך" בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם שבת קודש פרשת קרח העעל"ט אין "מחנה דברי יואל" אין סוואן לעיק, ניו יארק וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט זיך אנצושעפן מלא חפנים קדושה, התעוררות און התחזקות, פונעם געהויבענעם דאווענען און די הייליגע טישן. שוין ביים מעמד פתיחת הישיבה פאריאר,


בעצם יומא דהילולא: האד' מגור פוקד געווען ציון אביו הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע אויפן הר הזיתים
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN נעכטען אינדערפרי, ז' תמוז, ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ה"לב שמחה" מגור זי"ע, איז בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו עס האבן מיטגעדאוונט טויזנטער חסידים, זקנים עם נערים. לכבוד די יארצייט האט דער רבי געזאגט אלע פיר קדישים. אלס שליח ציבור האט געדינט הרב החסיד ר' מרדכי זוננפעלד, דער לאנגיעריגער משמש בקודש ביים ב


מאסן חסידים און מעריצים מיטגעהאלטן קורצן באזוך פון האד' מראחמיסטריווקא אין שטאט בארא פארק
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN תושבי בארא פארק האבן פארלאפענעם וואך מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לטובת דער קרן עולם התורה. מיטוואך מיטאג האט דער רבי פארלאזט די אכסניא אין מאנסי אויפן וועג קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' מתתיהו סווערדלאוו, מגדולי תומכי המוסדות, וואו דער רבי שליט"א האט קובע געווען א מזוזה אין זיין


בהיכלא דמלכא: שמחת נישואין בחצר הקודש שבט הלוי וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אינעם היכל הביהמ"ד
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בחדוה עילאה גרייטן זיך תלמידי וחסידי בית שבט הלוי מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש, וועלכע וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין די זכרון מאיר געגנט אין בני ברק, דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת בלק, ט' תמוז, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה די כלה א טאכטער פונעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי אברהם אליהו וואזנר שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד שבט הלוי אין אלעד איידעם פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די חתן א


פאליציי אין בני ברק צוריקגעברענגט גע'גנב'טע זילבערווארג פון חצה"ק טשערנאביל נאכן דערגיין די שפורן פון פארברעכער
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פון חצר הקודש טשערנאביל קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז די פאליציי האט די נאכט באוויזן צו ארעסטירן די פארברעכער וועלכע האבן פארגאנגענע וואך דורכגעפירט די געוואגטע רויבעריי אין בית המדרש הגדול טשערנאביל אויף רחוב חבקוק אין בני ברק, און אין די זעלבע צייט צוריק האבן זיי געלייגט א האנט כמעט אלע ווערדפולע זילבערווארג מיט וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א באנוצט זיך ביי די טישן מידי שבת בשבתו. די רויבעריי איז פארגעקומען לעצטן דינסטאג


תושבי קרית יואל דערווארעמען זיך בצילו פון האד' מראחמיסטריווקא בזמן שהצדיק העיר
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין דעם דינסטאג ב' דראש חודש תמוז, אינדערפרי, האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א קורצע בזוך לטובת דער קרן עולם התורה. פונעם קענעדי לופטפעלד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די דערנעבנדיגע שטאט לארענס אין די פייוו טאונס געגנט, צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' זאב בער, וואו דער רבי שליט"א האט זיך דארט גע'טובל'ט אין די פריוואטע מקוה און זיך צוגעגרייט צו תפילת שחרית. פאר חצות היו


טויזנטער אידן שרייען ארויס קול זעקה ומרה קעגן שרעקליכע גזירת גיוס בני הישיבות ברחובה של ירושלים עיה"ק
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער טויזנטער אידן מסלתה ומשמנה פון די בני ירושלים זענען דעם ליל שישי ארויסגעגאנגען לרחובה של עיר און שווארץ געמאכט די ירושלימער גאסן וואו מען האט אינאיינעם איינגעריסן רחמי שמים מרובים פאר די אנגייענדע פלאגעניש און ענדלאזע רדיפות הדת דורך די רשעי הציונים. דער מעמד תפילה, וועלכע איז פארגעקומען בחצות לילה, האט מאחד געווען אין איין ארט טויזנטער ירושלימער אידן וועלכע האבן מעומקא דליבא אויסגעשריבן זייער וויי


צֹאן קָדָשִׁים • מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה סאדיגורא
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


קורצע באזוך דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא אין אויפבליענדע ישוב רמה ד' בית שמש
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך, ארי קופרשטוק חסידי סקווירא אין בית שמש האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם טאג בצל הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף אן איין-טאגיגן באזוך, בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, צו באשיינען די ריי מעמדים פון חסידי סקווירא תושבי העיר. מאנטאג אינדערפרי א' דר"ח איז רבי אהרן מענדל שליט"א אנגעקומען קיין בית שמש, און איז צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' א


המקובל רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א אריבערגעפירט געווארן צו ריהעב שפיטאל נאך שינוי לטובה אין מצב בריאותו
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה, אז דער בארימטער מקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב הכהן קוק שליט"א לרפואה שלימה איז היינטיגן זונטאג ערלויבט געווארן צו פארלאזן די פוריה שפיטאל אין טבריה, און זיך ווייטער ערהוילן פון זיין שווערן געזונט צושטאנד וואס גייט ב"ה צו בעסערונג. דאס קומט נאך לענגערע וואכן וואס דער מקובל איז געווארן שפיטאליזירט, בעת כלל ישראל האט איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה, אצינד נאך וואס מען האט ב"ה טיילווייז אראפ


מקח געשלאסן אויף גרויסן בנין אין לאנדאן פאר נייע ביהמ"ד דחסידי לעלוב; בליץ באזוך פון האד' מלעלוב לרגל גמר המקח
מוצאי שבת פ' קרח • ה' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג זענען חסידי לעלוב אין שטאט לאנדאן נתבשר געווארן איבער די הרחבת גבולי הקדושה, מיטן גמר המקח פון א נייע ביהמ"ד פאר לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן, ההולכים לאורו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א (צפניה). דער ביהמ"ד איז נתייסד געווארן שוין א צייט צוריק, און איז צייטווייליג סטאנציאנירט אויף די קלאפטאן קאמאן גאס, וואו מען דאווענט די תפלות און מען האלט זיך צוזאם בכל עת וזמן. אצינד האבן די עסקני הקהלה מצליח געווען אר


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שרי הצדקות: געשפרעך צווישן הרה"צ רבי בערש רובין שליט"א מדאמבראווא מנהל כולל חיבת ירושלים, און העסקן הרב שלמה מאיער הי"ו מנהל כולל שומרי החומות ביי א שמחה די וואך. טויזנטער ליובאוויטשער חסידים באלאגערן דעם ציון הק' אין קווינס ביומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל ג' תמוז. האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א ריקוד מיטן געטרייען משב"ק הרב מענדל מאיר שווארטץ ביי די חתונה די וואך פון זיין יונגסטן קינד למזל טוב. האדמו"ר מבישטינא


זקן צדיקי רוזשין האד' מקאפיטשניץ וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל השמחה במעונו
דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ואנשי מעשה אין אמעריקא און ספעציעל חסידי ואוהדי בית רוזשין גרייטן זיך צו ענטפאנגען דעם געהויבענעם גאסט פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א זקן אדמור"י בית רוזשין ומחשובי האדמורי"ם בעיר ה' שמה וועלכע קומט אן אויף א באזוך אין אמעריקא מאציל צו זיין מזיו הודו והדרו אויף קהל עדת צאן מרעיתו. דער רבי שליט"א קומט צופארן לרגל השמחה במעונו, די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ ר' שלמה חיים פלינטנשטיין


bottom of page
