בעצם יומא דהילולא: האד' מגור פוקד געווען ציון אביו הרה"ק בעל לב שמחה מגור זי"ע אויפן הר הזיתים
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
נעכטען אינדערפרי, ז' תמוז, ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ה"לב שמחה" מגור זי"ע, איז בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו עס האבן מיטגעדאוונט טויזנטער חסידים, זקנים עם נערים.
לכבוד די יארצייט האט דער רבי געזאגט אלע פיר קדישים. אלס שליח ציבור האט געדינט הרב החסיד ר' מרדכי זוננפעלד, דער לאנגיעריגער משמש בקודש ביים בעל הילולא.
נאך א קורצע הפסקה נאכ'ן דאווענען, איז דער רבי אריינגעקומען צו זעקס ברית'ן ביי די חסידים, וואו ער האט געדינט אלס סנדק. ביי טייל פון די ברית'ן האט מען א נאמען געגעבן דעם רך הנולד "שמחה בונים" נאכ'ן בעל הילולא, און אזוי אויך האט דער רבי געזאגט די קדישים נאך די ברית'ן לכבוד די יארצייט.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום הר הזיתים, מקום מנוחתו פונעם בעל הילולא, און מתפלל געווען אין די מערה עטליכע לענגערע מינוטן, און דערויף געזאגט דעם קדיש. ביים ארויסגיין האט דער רבי מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים ציון פון זיין מאמע, הרבנית הצדקנית מגור ע"ה, און זיך אויך אפגעשטעלט ביים ציון פון הגה"ח ר' ישראל דוד ראסעט זצ"ל, רב דחסידי גור אין חיפה, וואס איז געווען דעם רבינ'ס מדריך אלס יונגערמאן נאך די חתונה און אנגעהאלטן א גאר נאנטן קשר ביז צו זיין פטירה מיט עטליכע יאר צוריק.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ווידער אריינגעקומען צו מנחה ברוב עם אין ביהמ"ד, און געזאגט דעם קדיש יתום נאכ'ן דאווענען.









