פראכטפולע שבע ברכות און מעמד הכרת הטוב פאר תומכי "אחים לשמחה" דחסידי צאנז ביים שבע ברכות אין רבינס הויף
- לפני 51 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
צווישן די שיינע מסיבות שבע ברכות מידי לילה בלילה בחצר הקודש צאנז, איז געווען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם מפעל "אחים לשמחה" בחצר הקודש צאנז, וואס שטייט לימינם פון חתנים וכלות און העלפן מחותנים בעת שמחתם כדי יעדער זאל קענען חתונה מאכן מיט א רואיגקייט.
עס האבן מיסב געווען די גרויסע תומכי המפעל וואס האבן זיך יעצט אונטערגענומען פרישע שטיצע, און אזוי אויך פילע געסט פון אויסלאנד וואס א גרויס טייל פון זיי שטיצן אויך די מפעל באופן קבוע.
צווישן די דרשות האבן די בדחנים הרב מאיר שטיין און הרב מרדכי צין אפגעראכטן א ספעציעלע שפיל וואס האט ארויסגעברענגט די מעלות פונעם ארגון, וואס העלפט משפחות בעת שמחתם בדרך כבוד אן קיין איבריגע חקירות ודרישות, כדי יעדער זאל קענען חתונה מאכן בדרך כבוד מיט א רואיגקייט.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס האט משבח געווען די אלע נותנים, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הנגיד ר' מענדל רייך, ברכות ראשונות הגאון רבי שלמה לייזער דומ"ץ צאנז אין בארא פארק, און דער פעטער הרב מרדכי טעסלער הי''ו איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, דערנאך זענען אלע תומכים אריבער ביים רבי'ן און יעדער האט באקומען א שטיקל שטאף וואס דער רבי דער בעל שפע חיים זכותו יגן עלינו, וואס ער פלעגט לייגן אויפ'ן קאפ בשעת ער פלעגט געבן די שיעורים מיט שווערע יסורים, וואס איז געווארן פארטיילט אלס א סגולה און מזכרת פאר די חשובע תומכים.

























