top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי קרית יואל דערווארעמען זיך בצילו פון האד' מראחמיסטריווקא בזמן שהצדיק העיר

  • לפני 21 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

דעם דינסטאג ב' דראש חודש תמוז, אינדערפרי, האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געלאנדעט על אדמת ניו יארק אויף א קורצע בזוך לטובת דער קרן עולם התורה. פונעם קענעדי לופטפעלד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די דערנעבנדיגע שטאט לארענס אין די פייוו טאונס געגנט, צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' זאב בער, וואו דער רבי שליט"א האט זיך דארט גע'טובל'ט אין די פריוואטע מקוה און זיך צוגעגרייט צו תפילת שחרית. פאר חצות היום האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית דארט אין אכסניא.


ארום א שעה נאכן ענדיגן תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א פארלאזט לארענס אויפן וועג צו די וואודבורי דזשאנקשאן געגנט שכונת חתם סופר בגלילות קרית יואל, וואו דער רבי שליט"א איז אנגעקומען ארום 4:30 נאכמיטאג אין שטאט. דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' שמואל בנימין קרויס הי"ו אויף א קורצן אפרוה.


שפעטער ארום 6:00 אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום בית המדרש פראנקפורט אין וואודבורי דזשאנקשאן, וואו דער רבי שליט"א האט געדאוונט הלל, קריאת התורה און מוסף, און הונדערטער חסידים ותושבי העיר זענען געקומען מיטהאלטן די רבי'נס עבודת הקודש. נאך תפילת מוסף האט דער רבי שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים דארטן אין בית המדרש און משמיע געווען דברות קודש. ביים לחיים איז אויך אנוועזנד געווען כ''ק האדמו''ר מראחמסטריווקא ספרינג וואלי שליט''א, וועם די רבי האט מכבד געווען מיט לחיים.


דערנאך איז דער רבי שליט"א צוריק צום אכסניא, וואו דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודת ראש חודש, ספעציעל געאייגנט פאר נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן מיט סכומים אדירים לטובת א וויטכיגע צדקה צוועק אין וועלכן דער רבי איז עוסק די טעג. פארן זמן ר"ת האט מען מפסיק געווען אויף תפילת מנחה, און דערנאך האט מען ממשיך געווען די סעודת ראש חודש, און אריינגעלאזט אן עולם. דער רבי האט משמיע געווען סיפורי צדיקים און ארומגערעט מעניני דיומא ובגודל מעלת סעודת ראש חודש. מען האט פארענדיגט די סעודת ראש חודש ארום 12:00 אזייגער.


ארום 3:30 פארטאגס האט דער רבי שליט"א געדאוונט מעריב אין די בית האכסניא, און ארום 4:30 פארטאגס איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא וואו דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען ביים ציון פון זיין שווער, הגה"צ ר' משה ניישלאס זצוק"ל אב'ד"ק סערדאהעלי און רב פון שיכון סקווירא. נאכן מתפלל זיין א תפילה חרישית איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט מאנסי צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים בן ציון פאלגער הי"ו.



bottom of page