תלמידי "מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר" האלטן מיט א דערהויבענעם שבת "בצל כנפיך" מיט האד' מסאטמאר
- 23 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב.
מיט אויסערגעווענליכן התרגשות האבן די תלמידי המתיבתא תורה ויראה דסאטמאר אין מאנסי מיטגעהאלטן דעם אייגנארטיגן שבת "בצל כנפיך" בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם שבת קודש פרשת קרח העעל"ט אין "מחנה דברי יואל" אין סוואן לעיק, ניו יארק וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט זיך אנצושעפן מלא חפנים קדושה, התעוררות און התחזקות, פונעם געהויבענעם דאווענען און די הייליגע טישן.
שוין ביים מעמד פתיחת הישיבה פאריאר, האט דער חשוב'ער מנהל הישיבה הרה"ג רבי יצחק זאב פאזען שליט"א פארבעטן דעם נשיא המתיבתא דער רבי שליט"א צו קומען וויילן א שבת מיוחד צווישן תלמידיו הקרויים בנים.
איז דעריבער אויפגענומען געווארן מיט גרויס עקסטאז די פרייליכע בשורה, אז דער רבי שליט"א איז נעתר געווארן לבקשת די הנהלת הישיבה, און האט באשטימט דעם שבת פרשת קרח הבעל"ט צו פראווענען דעם גאנצן שבת קודש, די תפילות און די סעודות צווישן די תלמידי המתיבתא קדישא, וועלכע האבן זיך געגרייט צום שבת בהכנה דרבה די לעטצערע וואכן.
ערב שבת קודש בהדי פניא דמעלי שבתא איז פארגעקומען א הערליכער מעמד "התחלת הש"ס", וואו מ'האט צעטיילט גאנץ ש"ס בקרב תלמידי המתיבתא, ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט איינגעפירט אין דער שטאט סאטמאר בשנת תרצ"ד, ווען ער האט צעטיילט גאנץ ש"ס פער צען בלאט, און מ'האט עס מסיים געווען מדי חודש בחודשו.
דער רבי שליט"א האט דערביי געמאכט די התחלה, און בכח הרבים וועלן די בחורים אדורכלערנען גאנץ ש"ס בחבורה במשך די קומענדיגע וואכן בעזה"י.
שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און קבלת שבת, נאכן דאווענען זענען די בחורים דורך וואונטשן דעם רבי'ן א גוט שבת.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט''א אריבער מיט די גאנצע פמליא צום היכל השלחנות וואו דער רבי האט צוערשט געזאגט דעם מאמר הזוהר און אנגעהויבן שלום עליכם. בעפאר קידוש האט דער רבי שליט''א מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכה בורא מיני בשמים אויף די גאלדענע הדסים וואס איז געפאלן לחלקו מירושת מר אביו הגדול הרה''ק הברך משה מסאטמאר זי''ע וואס האט עס גע'ירש'נט מעזבון דודו הרה"ק מסאטמאר זי''ע. דער רבי שליט''א האט דאן מקדש געווען בקול חוצב להבות אש, און מעריך געווען שולחנו הטהור ווי א יעדע וואך. במשך די סעודה האט מען געזינגען פארשידענע ניגונים און מארשן, און מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים. אינצווישן די זמירות האט דער רבי שליט''א געזאגט תורה איבער אוועקגעבן אלעס פון זיך פארן אויבערשטן א בחינה פון מסירות נפש, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט''א דער רוח החיים פון די ישיבה. נאכן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש פון זקינו הק' דער ברוך טעם זי''ע וואס די יארצייט פאלט די וואך, דערנאך האט דער רבי פארטיילט טרויבן פאר יעדן פון די בחורים, און מ'האט אהיים באגלייט דעם רבי'ן, אויפ'ן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די תלמידים וועגן פארשידענע מנהגים און נאך ענינים שונים.
שבת אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית פארן עמוד און עולה געווען שישי. די איבעריגע עליות האבן עולה געווען די מגידי שיעור און צוות הרוחני פון די ישיבה. צו מוסף איז צוגעגאנגען דער משמש בקודש הרב בנציון שלמה פאללאק. נאכן דאווענען איז דער רבי שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש אינעם קעמפ און קידוש געמאכט פריוואט, דערנאך איז ער אריבער צום היכל השולחנות, וואו דער רבי האט געפראוועט די סעודת שבת אינאיינעם מיט די תלמידים. די סדר המאכלים איז געווען ווי יעדע וואך און דער רבי האט געזאגט תורה עטליכע מאל באגלייט מיט וויכטיגע הדרכות ישרות פאר די בחורי חמד. נאכן בענטשן האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן וואו די בחורים האבן ווידער געהאט די געלעגנהייט צו שמועסן מיטן רבי'ן און אנפרעגן שאלות בעניני עבודת השם און חסידות.
שלש סעודות איז אריבער גאר דערהויבן, נאך די זמירות און א רייע ניגוני התעוררות האט דער רבי מאריך געווען בדרוש אגדה ומוסר פארן בחורים מיטצונעמען פון דעם שבת. צו מעריב איז צוגעגאנגען דער משמש בקודש הרב שמואל טייטלבוים שליט''א און דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה ברוב עם, נאך הבדלה איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע בחורים דורכצוגיין און שמעקן די ירושה הדסים מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע ולמעלה בקודש, און מ'האט באגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה.
































תגובות