top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המקובל רבי חזקיהו דוב קוק שליט"א אריבערגעפירט געווארן צו ריהעב שפיטאל נאך שינוי לטובה אין מצב בריאותו

  • 21 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט פרייד ווערט אויפגענומען די גוטע בשורה, אז דער בארימטער מקובל הגה"צ רבי חזקיהו דוב הכהן קוק שליט"א לרפואה שלימה איז היינטיגן זונטאג ערלויבט געווארן צו פארלאזן די פוריה שפיטאל אין טבריה, און זיך ווייטער ערהוילן פון זיין שווערן געזונט צושטאנד וואס גייט ב"ה צו בעסערונג.


דאס קומט נאך לענגערע וואכן וואס דער מקובל איז געווארן שפיטאליזירט, בעת כלל ישראל האט איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה, אצינד נאך וואס מען האט ב"ה טיילווייז אראפגענומען דעם רב שליט"א פונעם רעספערעיטאר איז ער אריבערגעפירט געווארן צו א ריהעב שפיטאל אין טבריה, וואו ער וועט מיטן אויבערשטנס הילף צוביסלעך קומען צו די כוחות און באהאנדלט ווערן מיט זיינע געזונטהייט קאמפליקאציעס.


ווי פארשטענדליך איז די ישועה נאך ווייט פון גאנץ, דער מקובל האט זיך נאך אלץ נישט ערוועקט, און מען דארף נאך אסאך תפילות ישראל אז ער זאל צוריק קומען לאיתנו הראשון און קענען ווייטער פארשיינען מאור תורתו וצדקתו פאר כלל ישראל, חזקיהו דוב הכהן בן שושנה, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

תגובות


bottom of page