מקח געשלאסן אויף גרויסן בנין אין לאנדאן פאר נייע ביהמ"ד דחסידי לעלוב; בליץ באזוך פון האד' מלעלוב לרגל גמר המקח
- לפני 2 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' קרח • ה' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג זענען חסידי לעלוב אין שטאט לאנדאן נתבשר געווארן איבער די הרחבת גבולי הקדושה, מיטן גמר המקח פון א נייע ביהמ"ד פאר לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן, ההולכים לאורו פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א (צפניה).
דער ביהמ"ד איז נתייסד געווארן שוין א צייט צוריק, און איז צייטווייליג סטאנציאנירט אויף די קלאפטאן קאמאן גאס, וואו מען דאווענט די תפלות און מען האלט זיך צוזאם בכל עת וזמן.
אצינד האבן די עסקני הקהלה מצליח געווען אריינצוגיין אינעם מקח אויף א בנין רחבת ידים אויף די ווינדוס גאס אין הארץ פונעם היימישן געגענט, וואו עס וועט אי"ה אויפגעבויט ווערן דער נייער הערליכער ביהמ"ד, צו אקאמאדירן די באי בית ה', מתפללי ולומדי ביהמ"ד.
נאכפאלגנדיג די מוצלח'דיגע מקח אויפן בנין וואס האט אפגעקאסטן א מיליאן ענגלישע פונט, ווערן אין די טעג אויסגעארבעט די פלענער פון דעם נייעם בנין, ביי וואס מ'האפט אי"ה אנצוהייבן די רענאוואציע ארבעט אין א נאנטע געלעגנהייט, אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי שטארק ארויס צו קענען זיך קובע מקום זיין לתורה ותפלה מיט הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.
פארלאפאנעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א האט געוויילט אין ניו יארק לרגל די חתונה פון זיין אייניקל, האט די רבי אפגעהאלטן א באזוך בבית הנגיד ר' חיים טאגער הי"ו אין קרית יואל וואס האט דערביי אפגעקויפט זכות "שם הבנין" אין אנדענק פון זיין זיידן הגה"ח ר' שלמה יודא טאגער זצ"ל מזקני וחשובי חסידי לעלוב אין לאנדאן וואס איז געווען אדוק ומקושר צו צדיקי בית לעלוב לדורותם, ועל שמו יקרא "בית החסידים אהל אברהם - בנין שלמה יהודה".
אויפ וועג צוריק קיין ארה"ק האט זיך דער רבי אפגעשטעלט איו לאנדאן אויף א בליץ באזוך פון געציילטע שעה וואו דער רבי האט באשיינט א מסיבה מפוארה אין די גאלדערס גרין געגענט, וואו די חסידים זענען זיך צוזאמגעקומען צום "מעמד היסוד וסעודת ראש חודש" בראשות דעם רבי'ן.
א רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט, וואו מ'האט געהערט די פלענער פונעם נייעם ביהמ"ד און דערביי איז אונטערגעשטראכן געווארן די פליכט פון יעדעם זיך איבערצושטרענגען בגוף ובממון פאר'ן נייעם ביהמ"ד.
נאכן הערן די קורצע דברי ברכה פונעם רבי'ן האבן זיך די חסידים אונטערגענומען גרוסע סכומים פארן קרן הבנין און צווישן די אינגעליייט וואס רובם פון זיי זענען יושבי אהל האט מען צוזאמגעשטעלט דעם אסטראנאמישן סכום פון איבער א פערטל מיליאן פונט! די חסידים האבן דאן אונטערגעשריבן די שטרי שותפות מיטן רבי'ן שליט"א וואס האט יעדן געוואונטשן ברכות לרוב.
דער רבי האט אויך דערמאנט דער "נחשון" פון דעם אונטערנעמונג הרבני הנגיד ר' יעקב מאיר דרייפוס הי"ו וואס האט באלד ביים אנהייב ווען מען איז אריין אין מקח, אפגעקויפט דעם זכות שם ההיכל פונעם נייעם ביהמ"ד.





