top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהיכלא דמלכא: שמחת נישואין בחצר הקודש שבט הלוי וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אינעם היכל הביהמ"ד

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחדוה עילאה גרייטן זיך תלמידי וחסידי בית שבט הלוי מיטצוהאלטן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש, וועלכע וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין די זכרון מאיר געגנט אין בני ברק, דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת בלק, ט' תמוז, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה די כלה א טאכטער פונעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי אברהם אליהו וואזנר שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד שבט הלוי אין אלעד איידעם פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרה"צ רבי ישכר דוב מאסקאוויטש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א.


די דאזיגע שמחה ברענגט אויף א שטארקע התרגשות ביי די חסידים, ווען עס וועט צום ערשטן מאל בקורות ימי הקהילה, געפראוועט ווערן א חתונה בתוככי היכל ביהמ"ד הגדול, באותו מקום קדוש וואו די רועי העדה אנגעהויבן ביים פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זי"ע האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש, און וואו מען איז ווייטער זיך מסתופף מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א.


ביז היינט פלעגן אין דעם היכל בלויז פארקומען קלענערע מעמדים ווי שמחת בית השואבה, הכנסת ספר תורה אדער בר מצוה'ס, אבער אצינד איז באשטימט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א צו פראווען די חתונה אינעם ביהמ"ד, ווי עס איז שוין איינגעפירט אין מערערע חצרות הקודש כדי צו שפארן פון די הוצאות החתונה.


די געטרייע עסקני הקהילה זענען אין די טעג העפטיג איינגעשפאנט מיט די הכנות בכל פרטיה ודקדוקיה אויסצוארבעטן די אויסשטעל פון ביהמ"ד באופן יפה ונאה צו קענען אקאמאדירן די פילע חסידים, יונג און אלט וואס זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די גרויסע שמחה בהיכלא דמלכא.


אין די טעג האט דער רבי שליט"א געלאזט רופן די עסקנים און גבאי ביהמ"ד און איבערגעגעבן ספעציעלע הלכה'דיגע אנווייזונגען צו היטן אויף די קדושת המקום, צווישן זיי זיך שטרענג האלטן צו דעם פסק הלכה פונעם בעל שבט הלוי זי"ע אז פרויען זאלן בשום אופן נישט אריינקומען אינעם היכל ביהמ"ד, אפילו ביים מצוה טאנץ, וועלן זיך די כלה און די פרויען געפינען אינעם דערנעבנדיגן פאליש. אויך האט דער רבי געהייסן איינשטעלן א מחיצה כדת וכדין צווישן דעם ארון קודש און דעם שולחן הכבוד ביים מזרח וואנט, און אנגעזאגט די בעלי מנגנים צו שפילן בלויז ערליכע ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן דורך יראי השם.



bottom of page