top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זקן צדיקי רוזשין האד' מקאפיטשניץ וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל השמחה במעונו

  • לפני 38 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' קרח • ג' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידים ואנשי מעשה אין אמעריקא און ספעציעל חסידי ואוהדי בית רוזשין גרייטן זיך צו ענטפאנגען דעם געהויבענעם גאסט פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א זקן אדמור"י בית רוזשין ומחשובי האדמורי"ם בעיר ה' שמה וועלכע קומט אן אויף א באזוך אין אמעריקא מאציל צו זיין מזיו הודו והדרו אויף קהל עדת צאן מרעיתו.


דער רבי שליט"א קומט צופארן לרגל השמחה במעונו, די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ ר' שלמה חיים פלינטנשטיין שליט"א אבד"ק קאפיטשניץ סטעטן איילענד, איידעם ביי הגה"צ ר' מיכל ראטטענבערג שליט"א מקאסאני, מיטן חתן א זון פון הרה"ג ר' חיים לייב דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק חליסה שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טאשנאד שליט"א, די חתונה קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג חקת בלק אינעם זאל תפארת מרדכי אין ברוקלין, וואו עס וועלן זיך צונויפקומען חסידים ואנשי מעשה, מעריצים ואוהדים צו מיטהאלטן די גרויסע שמחה בבית צדיקים.


דער רבי שליט"א וועט שוין ארויספארן פון ירושלים דעם קומענדיגן זונטאג פרשת בלק אין ארץ ישראל, און וועט דורכאויס די ערשטע טעג פונעם באזוך זיך אויפהאלטן אין שטאט מאנסי. אין די נאכפאלגנדע טעג נאך די חתונה וועט דער רבי באזוכן צווישן די שטעט בקרב חסידיו, אריינגערעכנט די איסט סייד, מאנהעטן און אין עיר התורה לעיקוואד, וואו עס איז פארהאן א שיינעם קאפיטשניצער ביהמ"ד תחת הנהגתו פונעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי יהושע העשיל פלינטנשטיין שליט''א.


די שבת של שמחה, שבת שבע ברכות, וועט דער רבי פראווענען אינעם היימישן ישוב אין סטעטן איילענד, אין די קפאיטשניצער ביהמ"ד אין שטאט וואס שטייט תחת הנהגתו פון בנו חביבו דער מחותן הרה"צ רבי שלמה חיים שליט"א, עס וועט זיין דערביי זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים ותושבי העיר מקבל זיין את פני הקודש בזמן שהצדיק בעיר און נהנה זיין עצה ותושי'. זונטאג פנחס וועט דער רבי שליט"א זיך אומקערן למעון קדשו בעיה"ק ירושלים.



bottom of page