האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט אין תלמוד תורה מאחנובקא בעלזא ירושלים לרגל חדר פירן פון אייניקל
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
נעכטן פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען בשערי ירושלים עיה"ק, וואו דער רבי האט באזוכט בתוככי המוסדות הקדושים דחסידי מאחנובקא בעלזא בעיר השם שמה.
אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום היכל הישיבה גדולה אויף רחוב בר אילן, וואו דער רבי האט געדאווענט א ווערעמע תפילת שחרית מיט די תלמידי הישיבה.
פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן צום תלמוד תורה, וואו ער האט זיך באטייליגט ביים מעמד "חדר פירן" פון זיין אור-אייניקל, א זון פון נכדו בן הרב יואל רוקח שליט"א, א זון פון בנו הגה"צ ר' אהרן שליט"א, אבד"ק מאחנובקא בעלזא ירושלים.
דער מלמד האט געלערנט מיט'ן קינד די אותיות האל"ף-בי"ת כמנהג ישראל תורה, און דער רבי האט דערנאך טועם געווען פון די מזונות און געטרונקען לחיים. שפעטער האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו כ''ק האדמו''ר מסטראפקוב שליט"א, און מחותנו הגה''צ גאב"ד פרדס כץ שליט"א, אויפצוטערטן מיט דברי ברכה לכבוד המאורע.
דערנאך האבן זיך אנגעהויבן פרייליכע ריקודים, און די ילדי תשב"ר זענען אריבער דעם רבי'ן, וועלכער האט זיי פארטיילט מיני מתיקה.
שפעטער איז פארגעקומען א באזונדערער מעמד פאר די עלטערע כיתות פון תלמוד תורה, וואו די קינדער האבן אויפגענומען דעם רבי'ן מיט פרייליכע ניגונים, און דער מנהל התלמוד תורה, האט באגריסט דעם רבי'ן.
נאכדעם זענען אויך די יונגערע תלמידים פון די קלענערע כיתות אריבער דעם רבי'ן צו באקומען מיני מתיקה.









