top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק משכנות הרועים

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 23 שעות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן

היינט אינדערפרי האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביים שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מחשובי האדמורי"ם פונעם ישוב הישן אין ירושלים. דער רך הנולד איז א זון פונעם רבינ'ס אייניקל, הרה"ג ר' יחזקאל שרגא זייבאלד שליט"א, א זון פון הרה"צ ר' שלמה צדוק זייבאלד שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד אלטשטאט שליט"א, און איידעם ביים רבינ'ס זון הרה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א, ראש הכולל משכנות הרועים.


די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד משכנות הרועים אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים. דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, און מיט ברכות איז מכובד געווארן דער זיידע דער אלטשטאטער רב. ויקרא שמו בישראל ישראל ניסן, נאכ'ן זיידן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל בעל נועם ישראל.


נאכ'ן שמחת הברית האט דער מוהל הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט'ן זיידן האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וואו מען האט ארומגעשמועסט בשיחת רעים איבער פארשידענע עניני ברית מילה והמסתעף. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, און הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט אנגעוואונטשן אלע בעלי השמחה, צווישן זיי די פעטערס וואס האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ און כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א.



bottom of page