top of page
הערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל מתיבתא להוראה דחסידי סערט וויזניץ אין ירושלים
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש א פרעכטיגער מעמד כבוד התורה איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן אין ק"ק סערט וויזניץ אין ירושלים ביי וועלכן עס איז אפגעגעבן געווארן דעם פאסיגן כבודה של תורה פאר א די צורבי מרבנן חברי ורבני כולל מתיבתא להוראה דחסידי סערט וויזניץ אין ירושלים וועלכע האבן זיך פארהערט אויף הלכות בשר וחלב ביי די גדולי ההוראה און האבן ארויסגעוויזן א אויסערגעווענליכע בקיאות אין שולחן ערוך און די נושאי כלים, מיטן ציל צו קענען פסקנען שאלות להורות הוראה בישראל. ב


מאסיווע פייער אויסגעבראכן אין "הכנסת אורחים ליזענסק" אין סאמע ברען פון הכנות צום הילולא כ"א אדר
זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש א מאסיווע פייער האט אויסגעבראכן אין אתרא קדישא ליזענסק פולין, שטייענדיג עטליכע וואכן איידער די יומא דהילולא קדישא כ"א אדר, די שריפה האט אויסגעבראכן ביי איינע פון די ריזיגע שאטערס וואס שטייט גרייט צום דינסט פון די טויזענטער אידן וועלכע רישן זיך אנצוקומען קיין ליזענסק אין צייט וואס די עסקני ההילולא האלטן שוין טיף אינמיטן די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום הילולא קדישא. דער שריפה האט פאראורזאכט שאדנ'ס פאר די מאסיווע הייצונג און קילונג סיסטעם,


כינוס כללי "ובחרת בחיים" פאררופן פאר בחורי חסידי דושינסקיא לחזק ולהתחזק קעגן די נסיונות הזמן
זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN / שלומי טריכטער פארלאפענעם זונטאג ביינאכט איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק דער גרויסער מעמד "ובחרת בחיים" – א כינוס כללי פאר הונדערטער בחורי הישיבות החונים על דגל בית יוסף צבי דושינסקיא, זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הזמן. צווישן די מערערע דרשות דורך משפיעים ומגידים שונים, איז געהערט געווארן א דרשה נלהבה דורכן גאסט רעדנער כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א און דברות קודש וחובת השעה דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: איצי מ. המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איז משמח א חתן א יתום, מיט אן אויסערגעווענליכע פשטות און ענוות חן, אויף זיין שטייגער כדרכו בקודש. ביי א באזוך אין ישיבת חברון די וואך באמערקט הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע א בחור וואס זיצט אין א ווילטשעיר. ער בעט מען זאל אים צופירן צו אים, און שטרענגט זיך אן צו באגריסן און אנוואונטשן דעם בחור מקירוב הלב. הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה


כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועט האלטן יערליכע "ז' אדר דרשה" מאנטאג תצוה
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן וואך מאנטאג נאכט ז' אדר, יומא דהילולא פון משה רעיא מהימנא, וועלן זיך פילע הונדערטער אידן פארזאמלען צו הערן די "ז' אדר דרשה" אינעם היכל הבית המדרש דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, דורך דעם פום ממלל רברבן, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א. די דרשה ז' אדר, איז ווי באקאנט א מנהג מקדמת דנא פון די גדולי עולם אין אויבערלאנד, אז די רבנים און עיני העדה האבן זיך פארזאמלט מיט די קהילות הקודש און געזאגט א דרשה ביומא דהילולא של משה רב


לחדש אורה: האד' מקאפיטשניץ אונטערגענומען הייליגע מיסיע מחדש צו זיין ספר תורה פון האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע סעודת ר"ח אדר איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש קאפיטשניץ, געווידמעט פאר נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט פאר'ן הייליגן פראיעקט דורך כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א צו פאררעכטן און איבערפרישן די היסטארישע ירושה ספר תורה פון צדיקי בית סאדיגורא לדורותם. די ספר תורה שטאמט פון הרה"ק ר' אברהם יעקב דער אלטע רבי פון סאדיגורא זון פונעם הייליגן רוזשינער, וועלכער האט געלאזט שרייבן די ספר תורה אלס פריוואטע ספר תורה, ווי ס'איז געווען ד


מגורי אביו: ערשטמאליגער שבת אין מאנטרעאל דורך האחים האדמורי"ם מסקולען
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש מיט התרוממות דקדושה ווערט אויפגענומען ביי חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנטרעאל בכלל, און חברי ק"ק מאור הגולה בפרט, איבער אן ערשטמאליגער שבת מרומם וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין שטאט בשבת אחים גם יחד, האחים האדמורי"ם מסקולען, קינדער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל. די ברידער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלן קומען צו פארן לרגל די שמחת החתונה בבית גיסם הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א, רב דקהל מאור הגול


הורי מוסדות סאטמאר בארא פארק צונויפגעקומען בהמוניהם צום דינער השנתי "בהבנותו" לטובת המוסדות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש הונדערטער הורי מוסדות סאטמאר אין שטאט בארא פארק האבן זיך צונויפגענומען בהמוניהם פארגאנגענעם מוצש"ק פ' משפטים – שקלים צום מעמד האדיר "בהבנותו" לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט וועלכע ציילט זיך שוין אריבער 3,000 תלמידים ותלמידות כ"י, ובפרט מיט די ניי-פארענדיגטע בנינים אדירים לטובת המוסדות העומדים על תילה בני' וועלכע האבן אריינגעצויגן אין די שווערע מיליאנען, אין צוגאב צו די גאר קאסטבארע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה אויפן עתיד. דער מעמד


על משמר הכשרות: גאב"ד אנטווערפען באזוכט אין די OU כשרות הויפטקווארטירן אין מאנהעטן
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש א בכבוד'יגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן אין די OU הויפטקווארטירן אין מאנהעטן דורך הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וואס שטייט אין שפיץ פון די מערכת הכשרות אונטער די קערפערשאפט פון קהל "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן, וועלכע טוען אויך פארפיגן אויף ריזיגע כשרות אפאראטן אין די גרעסטע פארבריקן און שלאכט הייזער לענגאויס אייראפע. דער באזוך פונעם אנטווערפענער רב אין די אפיסעס פון די וועלטס גרעסטע השגחה איז געווען געצילט אנצושליסן א פאראייניגטע


אסיפה רבתי אין מתיבתא הקדושה באבוב 45 לחזק ולהתחזק קעגן די נסיונות הזמן
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום פארלאפענעם וואך איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע "אסיפה רבתי" פאר די הונדערטער תלמידי המתיבתא באבוב 45, זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע. ס'איז פארגעקומען אין היכל התורה עץ חיים אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, ווי עס האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס איידעם הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א מנהל ישיבת אור ישראל און מ'האט געהערט א דרשה פון העסקן ר' מרדכי שווארץ מנהל ארגון טעג מאנסי. דאן האט מען געהאט די זכי


קשה עלי פרידתכם: מעמד צאתכם לשלום אין בארא פארק נאך לענגערע באזוך פון האד' מסלאנים אין ניו יארק
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN מיט גרויס דערהויבנקייט איז געשלאסן געווארן דער ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א אין ניו יארק. דינסטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א פארלאזט מאנסי וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די יעצטיגער באזוך, און איז ארויסגעפארן קיין בארא פארק, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום לכבודו פון רבי'ן אין סלאנימער ביהמ"ד, אינאיינעם מיט די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס די מתפללי השטיבל


זריזים מקדימים למצו"ת: הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים באקן מצות לקראת חג הפסח
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען באקן מצות לקראת חג הפסח, אין די 'טיב המצות' בעקעריי אין בני ברק, אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרבני החסיד ר' אהרן יוסף קורניצער הי"ו פון קרית ישמח משה. כאטש וואס מען שטייט גאנצע זעקס וואכן אפגעריקט פון יום טוב פסח, האט דער ראש הישיבה שליט"א מקיים געווען דעם זריזים מקדימים למצוות און האט כמידי שנה בשנה זיך ארומגעקוקט און מפקח געווען על ה


הונדערטער בחורי סאטמאר אין ארה"ק האלטן מיט יומא אריכתא ביי געהויבענער נסיעה מיט אבד"ק סאטמאר ירושלים קיין גליל
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד, תלמידי הישיבות הקדושות סאטמאר פון איבער גאנץ ארץ ישראל, האבן זוכה געווען מיטצולעבן נעכטן מאנטאג א געהויבענעם "יומא אריכתא" מלא תפילה והתעוררות במחיצתו פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, אויסצובעטן ישועות ורפואות, וכל מילי דמיטב. די נסיעה האט זיך אנגעהויבן אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט ממקומות מושבותיהם קיין עיר הקודש צפת, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען א פייערדיגע ת


מרא דאתרא הדין: האד' מבוהוש באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין קרית יואל לטובת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש, האט פאריגע וואך אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה, סיפורי צדיקים און נאך ענינים שונים. צום שלוס האט דער סאטמארער רבי מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און ארויסבאגלייט צו דער גאס בכבוד הראוי. שפעטער ביינאכט האט דער רבי באזוכט בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסא


סאטמאר'ס שטאט ״קרית יטב לב״ אפגעהאלטן יעריכע דינער ״הוד והדר״ לטובת המוסדות אין ברען פון תקופת ההתמנות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש הונדערטער חסידי סאטמאר תושבי עיר קרית יטב לב המעטירה האבן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג משפטים מיטגעהאלטן דעם מעמד "הוד והדר", וואו ס'איז אפגעצייכענט געווארן די אויסטערלישע "הרחבת גבולי הקדושה" אינערהאלב די ארטיגע בליענדיגע מוסדות הקדושים, אין ברען פונעם תקופת ההתמנות וואס זאגט פאר דעם גאלדענעם עתיד העיר. דער דינער איז געווען געווידמעט לע״נ דעם שר הצדקות לבית סאטמאר, הנדיב המפורסם רבי ישראל גאלדבערגער ע״ה, וועלכער איז בנוסף צו זיין א גע


טרויער בחצר הקודש גור נאך פטירה פון הגאון החסיד רבי בן ציון בבטשיק זצ"ל רב חסידי גור אין קרית גת
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת - גלה כבוד מישראל: חסידי גור באוויינען די פטירה פון הגאון החסיד רבי בן ציון בבטשיק זצ"ל, רב חסידי גור אין קרית גת און רב פון די גערער שטיבל אויף רחוב בעש"ט אין בני ברק, מחבר ספר "בצר במדבר", וואס איז נפטר געווארן במשך דעם שבת אין עלטער פון 72 יאר, נאכן זיך מוטשען די לעצטע יאר מיט די ביטערע מחלה ל"ע. דער חשובער נפטר זצ"ל איז געווען א זון פון הרב החסיד רבי יוסף בבטשיק ז"ל און א איידעם פון הרה"ח רבי נתן זילברברג ז"ל ביידע


עלעגאנטע ועידה "מצדיקי הרבים" פאר תומכי מוסדות פאפא מאנסי אין שפיץ פון נשיא המוסדות האד' מפאפא
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש אין די צייט וואס תלמידי וחסידי פאפא אין שטאט מאנסי גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם היינטיגן שבת פ' תרומה בצל כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אין מאנסי, איז פארלאפענעם מיטוואך אפגעהאלטן געווארן א עלעגאנטע מסיבה, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט א קבוצה נכבדה פון נגידי הקהילה ונכבדי העם, חברי קרן "מצדיקי הרבים", וואס דינען אלס דער פינאנציעלע רוקנביין פאר די מוסדות הקדושים דחסידי פאפא אין שטאט מאנסי. די ועידה איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' ישראל ח


אברכים יקרים חברי חבורת "עץ חיים" דק"ק באבוב-45 אונטערן רושם פונעם געהויבענעם מעמד "חבל נחלתם"
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום הונדערטער אברכים פון ק"ק באבוב-45 זענען די טעג אונטערן שטארקן רושם נאכן געהויבענעם מעמד "חבל נחלתם", ביי וועלכן מ'האט מיטגעהאלטן גאר רייכע פאנעלן און שמועסן, און דער הויכפונקט איז געווען די דברי חיזוק והדרכה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א. דער מעמד איז אפגערופן געווארן פאר די פילצאליגע אברכים, חברי הקהלה, וואס זענען אנגעשלאסן אין דער בארימטער חבורה "עץ חיים". די אינגעלייט זענען איינגעטיילט אין קלענערע חבורו


טויזנטער ביי "סיום הרמב"ם" פייערונג אין כפר חב"ד אין שפיץ פון גדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער אויך אין ארצינו הקדושה האבן טויזנטער חסידי ליבאוויטש און אלגעמיינע חסידים ואנשי מעשה אנגעשלאסן אינעם אלוועלטליכן סדר "לימוד הרמב"ם", זיך צונויפגעזאמלט ביים "סיום הרמב"ם" וואו מ'האט ברוב עם הדרת מלך געפייערט דעם סיום פון גאנץ ספר הרמב"ם וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פונעם סדר הלימוד וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל, און האט אנגעשלאסן פילע לומדים פון אנדערע קרייזן, ארי


הדרן עלך: טויזנטער לומדים ביי היסטארישע חגיגת "סיום הרמב"ם העולמי" אין קרוינהייטס ארמארי
זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN טויזנטער חסידי ליבאוויטש און אלגעמיינע חסידים ואנשי מעשה אנגעשלאסן אינעם אלוועלטליכן סדר "לימוד הרמב"ם", האבן זיך צונויפגעזאמלט ביים היסטארישן "סיום הרמב"ם העולמי" וואו מ'האט ברוב לומדים הדרת מלך געפייערט דעם סיום פון גאנץ ספר הרמב"ם וואס איז געלערנט געווארן אין די ראמען פונעם סדר הלימוד וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל. דער מעמד אדיר ונהדר איז אפגעראכטן געווארן אויף א גראנדיעזן פארנע


bottom of page
