אברכים יקרים חברי חבורת "עץ חיים" דק"ק באבוב-45 אונטערן רושם פונעם געהויבענעם מעמד "חבל נחלתם"
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
הונדערטער אברכים פון ק"ק באבוב-45 זענען די טעג אונטערן שטארקן רושם נאכן געהויבענעם מעמד "חבל נחלתם", ביי וועלכן מ'האט מיטגעהאלטן גאר רייכע פאנעלן און שמועסן, און דער הויכפונקט איז געווען די דברי חיזוק והדרכה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.
דער מעמד איז אפגערופן געווארן פאר די פילצאליגע אברכים, חברי הקהלה, וואס זענען אנגעשלאסן אין דער בארימטער חבורה "עץ חיים". די אינגעלייט זענען איינגעטיילט אין קלענערע חבורות אין שפיץ פון חשוב'ע ראשי חבורות, מיט וועמען מען קומט זיך כסדר צוזאם זיך מתחזק צו זיין בדרכי התעלות בעבודת השי"ת און נאך.
אצינד זענען אלע חברי החבורות זיך צוזאמגעקומען כאיש אחד בלב אחד צום רייכן מעמד "חבל נחלתם", ביי וועלכן מ'האט געהערט די רייכע דרשות פון חשוב'ע בעלי דרשנים שליט"א, אנגעפירט דורך יו"ר המעמד הר"ר בנציון יוסף ריינהאלד שליט"א מראשי החבורות, און פונעם נואם הכבוד הרה"ג רבי אלכסנדר אויסטערליץ שליט"א מו"ץ בק"ק סקווירא.
אינצווישן האט מען געהערט א רייכן שמועס בעניני חסידות דורך הרה"ג רבי צבי ארי ריינהאלד שליט"א און הרה"ג רבי דוד הכהן ווייס שליט"א, ווי אויך פרקי שירות ותשבחות פון די מטיבי נגן מוה"ר משה שמעון פרייער הי"ו און מוה"ר ראובן גראס הי"ו.
דער הויכפונקט איז געווען די דברי הדרכה פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, פאר וועמען מ'האט פארגעלייגט פארשידענע שאלות וואס די אינגעלייט האבן געוואלט פרעגן בעניני הנהגה וחסידות, אויף וואס דער רבי שליט"א האט משיב געווען בטוב טעם ודעת.
צווישן אנדערע האט מען פארגעשטעלט די פראגע איבער דעם סדר לימוד ספרי חסידות. דער רבי שליט"א האט מסביר געווען צוויי אופנים: צו לערנען דייקא אויף די פרשת השבוע, וואס דאס איז צוגעפאסט זיך צו דערווארעמען אויפן מאמענט, און דער אנדערער אופן איז צו לערנען ספרי חסידות על הסדר, וואס איז מער צוגעפאסט ארויסצונעמען א דרך בעבודת השי"ת, וואס קומט שטערקער ארויס ווען מען לערנט א ספר כסדר.
אזוי האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א צאל הדרכות, און דערנאך געזאגט דברות קודש מיט ווארעמע דברי הדרכה וחיזוק פאר די אברכים.
נאכן דברות קודש און ברכת המזון זענען די אברכים דורך כבני מרון, און דער רבי שליט"א האט יעדן איבערגעגעבן א מתנה באגלייט מיט ברכת קדשו. די אינגעלייט האבן זיך צעשפרייט מיטנעמענדיג די שטארקע חיזוק וואס דער מעמד האט ביי זיי איבערגעלאזט.

























